25 און נישט נייטיק געהאט, אז עמיצער זאל עדות זאגן וועגן דעם מענטשן; ווארום ער אליין האט געוואוסט וואס עס איז אין א מענטשן.
און זעענדיק זייערע געדאנקען, האט יהושע/ישוע געזאגט: פארוואס טראכט איר בייז אין אייערע הערצער?
ער האט אים געברענגט צו יהושען/ישוען. יהושע/ישוע האט א בליק געטאן אויף אים און געזאגט: דו ביסט שמעון בן יונה; דו זאלסט הייסן כיפא, (פארטייטשט אויף יידיש, פעלדזן).
יהושע/ישוע האט געזען נתנאלן קומען צו אים, און זאגט וועגן אים: אָט איז אן אמתער ישראל, אין וועמען עס איז נישט פאראן קיין כיטרעקייט.
ווארום ער האט געוואוסט, ווער עס וועט אים פארראטן; דערפאר האט ער געזאגט: נישט אלע זענט איר ריין.
וויסנדיק אבער אין זיך אליין, אז זיינע תלמידים האבן געמורמלט וועגן דעם, האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: דאס דאזיקע מאכט אייך שטרויכלען?
נאר צווישן אייך זענען פאראן אייניקע, וועלכע גלויבן נישט. ווארום יהושע/ישוע האט געוואוסט פונם אנהויב אָן, ווער עס זענען די, וואס גלויבן נישט, און ווער עס איז, וואס וועט אים פארראטן.