ווען דעריבער ער איז געקומען קיין גליל, האבן די לייט פון גליל אים אויפגענומען, ווייל זיי האבן געזען אלץ, וואס ער האט געטאן אין ירושלים דעם יום טוב; ווארום זיי אליין זענען אויך ארויפגעגאנגען אויף יום טוב.
איך אבער האב דאס עדות זאגן, וואס איז גרעסער ווי יוחננס; ווארום די מעשים, וואס דער פאטער האט מיר געגעבן, כדי איך זאל זיי פארענדיקן, די זעלביקע מעשים, וואס איך טו, זאגן עדות וועגן מיר, אז דער פאטער האט מיך געשיקט.