Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 2:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 און אויך יהושע/ישוע און זיינע תלמידים זענען פארבעטן געווארן אויף דער חתונה.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 2:2
30 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ער וועט זיך נישט קריגן, און וועט אויך נישט שרייען; און קיינער וועט נישט הערן זיין קול אויף די גאסן.


און דער קעניג וועט ענטפערנדיק זאגן צו זיי: באמת זאג איך אייך, אויף וויפל איר האט עס געטאן צו איינעם פון די דאזיקע מיינע ברידער, די קלענסטע, האט איר עס געטאן צו מיר!


דעמאלט וועט ער זיי ענטפערן, אזוי צו זאגן: אויף וויפל איר האט עס נישט געטאן צו איינעם פון די דאזיקע קלענסטע, האט איר עס אויך נישט געטאן צו מיר!


נאך דעם איז ער אראפגעגאנגען קיין כפר‑נחום, ער און זיין מוטער און די ברידער און זיינע תלמידים, און זענען דארט פארבלייבן נישט קיין סך טעג.


זיינע תלמידים האבן זיך דערמאנט, אז עס שטייט געשריבן: דער אייפער פון דיין הויז האט מיך פארצערט. (תהלים סט, י.)


דעריבער, ווען ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע, האבן זיך זיינע תלמידים דערמאנט, אז ער האט דאס דאזיקע געזאגט; און האבן געגלויבט אין דער (הייליקער) שריפט און אין דעם ווארט, וואס יהושע/ישוע האט געזאגט.


און ווען עס האט אויסגעפעלט וויין, זאגט ישועס מוטער צו אים: זיי האבן נישט קיין וויין.


נאך דעם איז יהושע/ישוע אוועק מיט זיינע תלמידים צום לאנד יהודה, און איז דארטן פארבלייבן מיט זיי, און האט טובל געווען אין דער מקווה.


הגם יהושע/ישוע אליין האט נישט געטובלט אין דער מקווה, נאר זיינע תלמידים—


האבן די תלמידים דעריבער געזאגט איינער צום אנדערן: צי האט אים דען עמיצער געברענגט עפעס צו עסן?


ווארום די תלמידים זיינע זענען אוועקגעגאנגען אין שטאט אריין, כדי איינצוקויפן שפייז.


און ווען זיי זענען זאט געווארן, זאגט ער צו זיינע תלמידים: נעמט צונויף די איבערגעבליבענע ברעקלעך, כדי עס זאל גארנישט פארלוירן ווערן.


און ווען עס איז געווארן אוונט, זענען זיינע תלמידים אראפגעגאנגען צום ים;


און א סך פון זיינע תלמידים האבן געזאגט, ווען זיי האבן עס געהערט: דאס דאזיקע איז א הארב ווארט; ווער קען עס הערן?


פון דעמאלט אָן האבן א סך פון זיינע תלמידים זיך צוריקגעצויגן, און זענען מיט אים מער נישט ארומגעגאנגען.


יהושע/ישוע האט דעריבער געזאגט צו די צוועלף: צי ווילט איר אויך אוועקגיין?


האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט: צי האב איך דען נישט אייך—די צוועלף—אויסדערוויילט? און איינער פון אייך איז א טייוול.


און ער האט גערעדט פון יהודה בן שמעון איש‑קריות; ווארום דער דאזיקער האט אים געזאלט פארראטן, איינער פון די צוועלף.


זאגט צו אים איינער פון זיינע תלמידים, אנדריי דער ברודער פון שמעון פעטרוס:


אזוי האבן זיינע ברידער צו אים געזאגט: הויב דיך אויף פונדאנען, און גיי קיין יהודה, כדי אויך דיינע תלמידים זאלן זען דיינע מעשים, וואס דו טוסט.


און געפינענדיק אים, האט ער אים אוועקגעפירט קיין אנטיאכיען. און עס איז געשען, במשך פון א גאנץ יאר האבן זיי זיך פארזאמלט אין דער קהלה און געלערנט א גרויסן עולם מענטשן; און צוערשט אין אנטיאכיען האט מען די תלמידים גערופן משיחיסטים.


און די תלמידים האבן באשלאסן, אז יעדער איינער פון זיי, לויט זיינע מעגלעכקייטן, זאל שיקן צו דער אונטערשטיצונג פון די ברידער, וועלכע וואוינען אין יהודה.


דעריבער, אויב איר עסט אדער טרינקט, אדער וואס איר זאלט נישט טאן, טוט אלץ צו ה׳ס כבוד.


א פרוי איז געבונדן כל זמן דער מאן אירער לעבט; און ווען איר מאן שטארבט, איז זי פריי חתונה צו האבן מיט וועמען זי וויל; נאר אינם האר.


און אלץ, וואס איר טוט, סאי אין ווארט סאי אין טאט, (זאלט איר טאן) אלץ אין דעם נאמען פונם האר יהושע/ישוע, דאנקענדיק ג‑ט דעם פאטער דורך אים.


די חתונה זאל געהאלטן ווערן טייער פון אלעמען און דאס בעט—נישט באפלעקט; ווארום די זונים און נואפים וועט ה׳ משפטן.


אָט שטיי איך פאר דער טיר און קלאפ; ווען עמיצער וועט הערן מיין קול און עפענען די טיר, וועל איך אריינקומען צו אים און עסן מיט אים די סעודה, און ער מיט מיר.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ