18 די יידן האבן דעריבער געענטפערט און געזאגט צו אים: וואס פאר א צייכן ווייזט דו אונדז, אז דו טוסט די דאזיקע זאכן?
און ווען ער איז געקומען אין בית המקדש אריין, זענען די הויפט כהנים און די זקנים פון דעם פאלק צוגעגאנגען צו אים, בשעת ער האט געלערנט, און האבן געזאגט: מיט וואס פאר א רשות טוסטו די דאזיקע זאכן? און ווער האט דיר געגעבן דעם דאזיקן רשות?
און די פרושים זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אנגעהויבן האלטן וויכוחים מיט אים, זוכנדיק פון אים א צייכן פון הימל, כדי אים אויסצופרואוון.
ווי אבער מאסן מענטשן האבן אהערגעשטראמט צו אים, האט ער אנגעהויבן צו זאגן: דאס דאזיקע דור איז א בייז דור! עס פארלאנגט א צייכן; און קיין צייכן וועט אים נישט געגעבן ווערן אחוץ דאס צייכן פון יונה.
און דאס דאזיקע איז יוחננס עדות זאגן, ווען די יידן פון ירושלים האבן געשיקט צו אים כהנים און לוויים, כדי אים צו פרעגן: ווער ביסטו?
און זיי האבן אים געפרעגט, און געזאגט צו אים: טאָ פארוואס ביסטו טובל אין א מקווה, אויב דו ביסט נישט דער משיח, אויך נישט אליהו, און נישט דער נביא?
האבן זיי געזאגט צו אים: וואס פאר א נס טוסטו דען, אז מיר זאלן זען און דיר גלויבן? וואס טוסטו?
און מען האט זיי אוועקגעשטעלט אין דער מיט, און געפרעגט: מיט וועלכן כוח, אדער מיט וועלכן שם האט איר דאס געטאן?
אזוי צו זאגן: האבן מיר אייך נישט שטרענג באפוילן, נישט צו לערנען אין דעם דאזיקן נאמען, און זע, איר האט אנגעפילט ירושלים מיט אייער לערנונג, און ווילט איר ברענגען אויף אונדז דאס בלוט פון דעם דאזיקן מענטשן?