און זיי קומען קיין ירושלים. און ער איז אריינגעגאנגען אין בית המקדש. און האט אנגעהויבן ארויסצוטרייבן די, וואס האבן פארקויפט און געקויפט אין בית המקדש, און איבערגעקערט די טישן פון די געלט וועקסלער, און די בענק פון די פארקויפער פון טויבן.
און ער האט געמאכט א קאנטשיק פון שטריקלעך און אלעמען ארויסגעטריבן פונם בית המקדש מיט די שאף און די רינדער; און אויסגעשיט דאס געלט פון די אויסבייטער און די טישן אומגעקערט;