יהושע/ישוע אבער האט געשוויגן. און דער כהן גדול האט געזאגט צו אים: איך באשווער דיך ביי דעם לעבעדיקן ג‑ט, אז דו זאלסט אונדז זאגן, צי דו ביסט דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער!
פילאטוס האט דעריבער צו אים געזאגט: אויב אזוי ביסטו טאקע א מלך? האט יהושע/ישוע געענטפערט: דו זאגסט עס, אז איך בין א מלך. דערצו בין איך געבוירן געווארן און דערצו בין איך געקומען אין דער וועלט אריין, כדי איך זאל עדות זאגן אויף דעם אמת. יעדער איינער, וואס איז פון דעם אמת, הערט מיין קול.
האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו זיי: און ווען אפילו איך זאג עדות וועגן מיר אליין, איז דאך מיין עדות זאגן אמת; ווייל איך ווייס פונוואנען איך בין געקומען, און וואואהין איך גיי; איר אבער ווייסט נישט פונוואנען איך קום, אדער וואואהין איך גיי.