5 און יהושע/ישוע איז ארויסגעקומען אינדרויסן, טראגנדיק די דערנער קרוין און דאס פורפור מלבוש. און ער (פילאטוס) זאגט צו זיי: זע, דער מענטש!
און געפלאכטן א קרוין פון דערנער און זי ארויפגעזעצט אויף זיין קאפ, און האבן אים געגעבן א רוט אין זיין רעכטער האנט; האבן געבויגן די קני פאר אים, און אפגעשפאט פון אים, אזוי צו זאגן: שלום צו דיר, קעניג פון די יידן!
צומארגנס זעט ער יהושען/ישוען קומען צו אים, און זאגט: זע, ה׳ס לאם, וואס נעמט אוועק די זינד פון דער וועלט! (ישעיהו נג, ז.)
און די זעלנער האבן געפלאכטן א קרוין פון דערנער, און זי ארויפגעזעצט אויף זיין קאפ, און האבן אים אנגעטאן א פורפור מלבוש.
און קוקן אויף יהושען/ישוען, דעם גרינדער און פארענדיקער פון אונדזער אמונה, וואס פאר דער פרייד, וועלכע איז געלייגט געווארן פאר אים, האט ער דערטראגן דעם בוים. פאראכטנדיק די חרפה, און זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון ה׳ס כסא הכבוד.