39 און נקדימון איז אויך געקומען, (דער, וואס איז דאס ערשטע מאל געקומען צו יהושען/ישוען ביינאכט) ברענגענדיק צו טראגן א געמישטע זאלב פון מירע און אלאע, אן ערך הונדערט פונט.
א צעשפאלטן שטעקל וועט ער נישט צעברעכן, און טליענדיקן פלאקס וועט ער נישט אויסלעשן, ביז ער וועט אויספירן משפט צום זיג.
נאר א סך ערשטע וועלן זיין לעצטע, און לעצטע—ערשטע.
און זענען אריינגעגאנגען אין הויז און האבן געזען דאס קינד מיט מרים, זיין מוטער; און זענען אנידערגעפאלן און האבן זיך געבוקט צו אים; און האבן אויפגעעפנט זייערע אוצרות און אים געברענגט מתנות, גאלד און וויירויך און מירע.
און ווען עס איז געווארן אויס שבת, האבן מרים פון מגדלה, און מרים, די מוטער פון יעקב, און שלומית געקויפט געווירצן, כדי זיי זאלן אהינגיין אים צו זאלבן.
און מרים האט גענומען א פונט לויטערן, קאסטבארן נרדזאלבאייל, און געזאלבט (דערמיט) די פיס פון יהושען/ישוען, און אפגעווישט זיינע פיס מיט אירע האר; און דאס הויז האט זיך אנגעפילט מיט דעם ריח פון דעם זאלבאייל.
יהושע/ישוע האט דעריבער געזאגט: לאז זי צופרידן, צום טאג פון מיין קבורה האט זי עס באהאלטן.