Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 19:38 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

38 און נאך דעם האט יוסף הרמתי, וועלכער איז געווען א פארבארגענער תלמיד פון יהושען/ישוען, אויס מורא פאר די יידן, געבעטן פילאטוסן, אז ער זאל מעגן אוועקנעמען ישועס גוף; און פילאטוס האט עס דערלויבט. ער איז דעריבער געקומען און האט אוועקגענומען זיין גוף.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 19:38
9 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דאך האבן א סך אפילו פון די שרים געגלויבט אין אים, נאר צוליב די פרושים האבן זיי עס נישט מודה געווען, כדי זיי זאלן נישט געלייגט ווערן אין חרם אריין;


דאך האט קיינער נישט גערעדט וועגן אים בפרהסיא, אויס מורא פאר די יידן.


דאס האבן זיינע עלטערן געזאגט, ווייל זיי האבן מורא געהאט פאר די יידן: ווארום די יידן האבן שוין געהאט אפגעמאכט, אז ווען עמיצער וועט אים אנערקענען פאר דעם משיח, זאל ער געלייגט ווערן אין חרם אריין.


און ווען זיי האבן אויסגעפירט אלץ, וואס שטייט געשריבן וועגן אים, האבן זיי אים אראפגענומען פון דעם בוים און אים אריינגעלייגט אין א קבר.


און דאס רוב פון די ברידער אינם האר איז דערמוטיקט געווארן דורך מיינע קייטן, מיט נאך מער מוט, אומדערשראקן צו רעדן ה׳ס ווארט.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ