34 נאר איינער פון די זעלנער האט אים דורכגעשטאכן די זייט מיט א שפיז; און גלייך איז ארויסגעקומען בלוט און וואסער.
און צומארגנס, וואס איז נאך ערב שבת, האבן די הויפט כהנים און די פרושים זיך פארזאמלט ביי פילאטוסן,
קומענדיק אבער צו יהושען/ישוען, ווי זיי האבן געזען, אז ער איז שוין געשטארבן, האבן זיי אים נישט צעבראכן די ביינער.
און ווען ער האט דאס געזאגט, האט ער זיי געוויזן די הענט און די זייט. און די תלמידים האבן זיך געפריידט, זעענדיק דעם האר.
און איצט וואס צעגערסטו? שטיי אויף, לאז דיך טובל זיין אין דער מקווה, און וואש אפ דיינע זינד, אנרופנדיק זיין נאמען.
פון אים אבער זענט איר אינם משיח יהושע/ישוע, וועלכער איז פאר אונדז געווארן חכמה פון ה׳, און צדקות און קדושה, און גאולה;
און אזעלכע זענען אייניקע פון אייך געווען; נאר איר זענט געוואשן געווארן, נאר איר זענט געהייליקט געווארן, נאר איר זענט גערעכטפערטיקט געווארן אין דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח און אין דעם גייסט פון אונדזער ג‑ט.
כדי ער זאל זי הייליקן, האבנדיק זי טהור געמאכט דורך דער מקווה פון וואסער מיט דעם ווארט,
וועלכער האט זיך געגעבן פאר אונדזערטוועגן, כדי אונדז אויסצולייזן פון יעדער רשעות און צו רייניקן פאר זיך אן עם סגולה, וואס איז אייפעריק פאר מעשים טובים.
ווארום אויב דאס בלוט פון בעק און רינדער און דאס אש פון א יונגער קו, ווערנדיק געשפריצט אויף טמאים, מאכט הייליק צום רייניקן דאס לייב,
און לויט דער תורה ווערט כמעט אלץ גערייניקט מיט בלוט; און אָן בלוט פארגיסונג גיבט נישט קיין פארגעבונג.
דאס איז אויך א קעגנבילד פון דער מקווה, וואס דערלייזט אייך איצט, נישט דאס אפטאן אומריינקייט פונם לייב, נאר דער פארלאנג אויף א גוט געוויסן לגבי ה׳, דורך דעם אויפשטיין (פון די טויטע) פון יהושע/ישוע המשיחן;
ער איז עס, וועלכער איז געקומען דורך וואסער און בלוט, יהושע/ישוע המשיח; נישט בלויז מיט דעם וואסער אליין, נאר מיט דעם וואסער און מיט דעם בלוט. און עס איז דער גייסט, וואס זאגט עדות, ווייל דער גייסט איז דער אמת.
דער גייסט, און דאס וואסער, און דאס בלוט; און די דריי זענען אייניק.
און פון יהושע/ישוע המשיחן, וועלכער איז דער באגלויבטער עדות, דער בכור פון די מתים, און דער הערשער איבער די מלכים פון דער ערד. צו אים, וועלכער האט אונדז ליב, און האט אונדז אויסגעלייזט פון אונדזערע זינד דורך זיין אייגן בלוט,
און איך האב געזאגט צו אים: מיין האר, דו ווייסט עס. און ער האט מיר געזאגט: די דאזיקע זענען עס, וועלכע זענען געקומען פון דער גרויסער צרה, און האבן געוואשן זייערע קליידער און זיי ווייס געמאכט אין דעם בלוט פון דעם לעמעלע.