28 נאך דעם, אזויווי יהושע/ישוע האט געוואוסט, אז אלץ האט זיך שוין געענדיקט, כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן, זאגט ער: איך בין דארשטיק!
איך אבער האב א מקווה געטובלט צו ווערן, און ווי עס טוט מיר באנג, ביז זי וועט פארענדיקט ווערן!
און ער האט גענומען די צוועלף צו זיך און האט צו זיי געזאגט: זע, מיר גייען ארויף קיין ירושלים, און עס וועט דערפילט ווערן אלץ, וואס איז געשריבן געווארן דורך די נביאים וועגן דעם בר אנש. (ישעיהו נג, א-יב.)
ווארום איך זאג אייך, אז דאס, וואס שטייט געשריבן, מוז דערפילט ווערן אין מיר: און מיט פושעים איז ער פאררעכנט געווארן (ישעיהו נג, יב.); ווייל דאס, וואס איז שייך מיר, האט (איצט) א סוף.
זיי האבן זיך באוויזן אין הערלעכקייט און האבן גערעדט וועגן זיין ליציאת (הסתלקות), וואס ער האט געזאלט ממלא זיין אין ירושלים.
און פאר דעם יום טוב פסח, אזוי ווי יהושע/ישוע האט געוואוסט, אז זיין שעה איז געקומען, כדי ער זאל אוועקגיין פון דער דאזיקער וועלט צום פאטער, האבנדיק געליבט זיינע אייגענע, וואס זענען אין דער וועלט, האט ער זיי ליב געהאט ביז צום סוף.
איך האב דיך פארהערלעכט אויף דער ערד, איך האב פארענדיקט דאס ווערק, וואס דו האסט מיר געגעבן צו טאן.
און יהושע/ישוע האט געוואוסט אלץ, וואס וועט קומען אויף אים; און איז ארויסגעגאנגען און האט צו זיי געזאגט: וועמען זוכט איר?
זיי האבן דעריבער געזאגט איינער צום אנדערן: לאמיר עס נישט צערייסן, נאר ווארפן גורל וועגן דעם, וועמעס עס זאל זיין; כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן: זיי האבן צעטיילט מיינע קליידער צווישן זיך, און אויף מיין לבוש האבן זיי געווארפן גורל. (תהלים כב, יט.) און די דאזיקע זאכן האבן די זעלנער געטאן.
און ווען יהושע/ישוע האט גענומען דעם עסיק, האט ער געזאגט: עס איז געענדיקט, און האט גענייגט דעם קאפ און אויפגעגעבן די נשמה.
ווארום דאס איז געשען, כדי דער פסוק זאל דערפילט ווערן: קיין ביין זאלט איר אים נישט צעברעכן. (שמות יב, מו.)
זאגט יהושע/ישוע צו זיי: מיין שפייז איז, אז איך זאל טאן דעם רצון פון דעם, וועלכער האט מיך געשיקט, און צו ענדיקן זיין ווערק.
און ווען זיי האבן אויסגעפירט אלץ, וואס שטייט געשריבן וועגן אים, האבן זיי אים אראפגענומען פון דעם בוים און אים אריינגעלייגט אין א קבר.