27 דערנאך זאגט ער צו דעם תלמיד: זע, דיין מוטער! און פון יענער שעה האט יענער תלמיד זי גענומען צו זיך.
און דער קעניג וועט ענטפערנדיק זאגן צו זיי: באמת זאג איך אייך, אויף וויפל איר האט עס געטאן צו איינעם פון די דאזיקע מיינע ברידער, די קלענסטע, האט איר עס געטאן צו מיר!
און האט זיך ארומגעקוקט אויף די, וואס זענען געזעסן ארום אים אין א קרייז, און האט געזאגט: זע, מיין מוטער און מיינע ברידער!
און פעטרוס האט געזאגט: זע, מיר האבן איבערגעלאזט אונדזער אייגנס און האבן דיר נאכגעפאלגט.
צו זיין אייגנטום איז ער געקומען, און די זייניקע האבן אים נישט אויפגענומען.
זע, עס קומט א שעה, און איז שוין אנגעקומען, אז איר זאלט צעשפרייט ווערן, יעדער איינער צו די זייניקע, און מיך וועט איר איבערלאזן איינעם אליין; און איך בין (דאך) נישט איינער אליין, ווייל דער פאטער איז מיט מיר.
דערנאך האבן מיר זיך געזעגנט איינס מיטן אנדערן, און זענען איינגעשטיגן אויף דער שיף, זיי אבער האבן זיך אומגעקערט אהיים.