25 און ביים בוים פון יהושען/ישוען זענען געשטאנען זיין מוטער און זיין מוטערס שוועסטער, מרים דאס ווייב פון קלאפאס (לוקאס כד, יח.), און מרים פון מגדלה.
און בשעת ער האט נאך גערעדט צו די המונים מענטשן, זע, זיין מוטער און זיינע ברידער זענען געשטאנען אינדרויסן, און האבן באגערט צו רעדן מיט אים.
און ווען ער איז אויפגעשטאנען אינדערפרי דעם ערשטן טאג פון דער וואך, האט ער זיך צום ערשט באוויזן צו מרים פון מגדלה, פון וועמען ער האט ארויסגעטריבן זיבן בייזע גייסטער.
און אויך דיין אייגענער זעל וועט דורכדרינגען א שווערד; כדי די מחשבות פון א סך הערצער זאלן אנטפלעקט ווערן.
עס זענען אבער געשטאנען אלע זיינע באקאנטע פונדערווייטנס, און די פרויען, וועלכע האבן אים נאכגעפאלגט פון גליל, און האבן דאס צוגעזען.
און דער איינער מיטן נאמען קלעאפאס, האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: ביסטו דער איינציקער פרעמדער אין ירושלים, און ווייסט נישט וואס עס איז דארט געשען אין די דאזיקע טעג?
און אייניקע פרויען, וואס זענען געהיילט געווארן פון בייזע גייסטער און פון שלאפקייטן: מרים, וועמען מען האט גערופן מגדלית, וואס פון איר זענען ארויס זיבן בייזע גייסטער,
און דעם ערשטן טאג פון דער וואך אינדערפרי, בשעת עס איז נאך געווען פינסטער, קומט מרים פון מגדלה צום קבר, און זעט דעם שטיין אוועקגענומען פון קבר.