18 וואו זיי האבן אים אויפהענגען אויף דער בוים, און מיט אים אנדערע צוויי, אויף ביידע זייטן, און יהושען/ישוען אין דער מיט.
און דאס זעלביקע האבן אויך די גזלנים, וואס זענען אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן מיט אים, אים פארגעווארפן.
כדי עס זאל דערפילט ווערן ישועס ווארט, וואס ער האט געזאגט, מרמז זייענדיק, מיט וועלכן טויט ער גייט שטארבן.
זענען געקומען די זעלנער און האבן דעם ערשטן צעבראכן די ביינער און דעם אנדערן, וואס איז אויפגעהאנגען געווארן מיט אים אויף דער בוים.
דעם דאזיקן, וואס איז איבערגעגעבן געווארן לויט ה׳ס אויסדריקלעכער עצה און פארויסוויסן, האט איר גענומען און דורך די הענט פון רשעים אויפגעהאנגען אויף דער בוים און אומגעברענגט;
משיח האט אונדז אויסגעלייזט פון דער קללה פון דער תורה, ווערנדיק א קללה פאר אונדזערטוועגן; ווייל עס שטייט געשריבן; פארשאלטן איז יעדער איינער, וועלכער הענגט אויף א בוים; (דברים כא, כג.)
און קוקן אויף יהושען/ישוען, דעם גרינדער און פארענדיקער פון אונדזער אמונה, וואס פאר דער פרייד, וועלכע איז געלייגט געווארן פאר אים, האט ער דערטראגן דעם בוים. פאראכטנדיק די חרפה, און זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון ה׳ס כסא הכבוד.