17 און טראגנדיק אליין זיין בוים, איז ער ארויסגעגאנגען צו אן ארט, וואס הייסט דאס ארט פון א שארבן, אויף לשון קודש הייסט עס גלגלתא;
און ווער עס נעמט נישט זיין בוים, און פאלגט מיר נאך, איז מיך נישט ווערט.
דעמאלט האט יהושע/ישוע געזאגט צו זיינע תלמידים! אויב עמיצער וויל מיר נאכגיין, זאל ער זיך אליין פארלייקענען, און נעמען זיין בוים, און מיר נאכפאלגן!
און זיי האבן געזעצט איבער זיין קאפ זיין באשולדיקונג, געשריבן: דאס איז יהושע/ישוע דער קעניג פון די יידן.
און יהושע/ישוע האט אויף אים א בליק געטאן און אים ליב געקריגן, און געזאגט צו אים: איין זאך פעלט דיר; גיי, פארקויף אלץ, וואס דו האסט, און גיב עס צו די ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, און פאלג מיר נאך!
און דער כתב פון זיין באשולדיקונג איז געווען אויפגעשריבן: דער קעניג פון די יידן.
דער משיח, דער קעניג פון ישראל! זאל ער איצט אראפשטייגן פון בוים, כדי מיר זאלן זען און גלויבן! אויך די, וואס זענען מיט אים אויפגעהאנגען אויף א בוים געווארן, האבן אים מבזה געווען.
און האט צוגערופן צו זיך דעם המון מענטשן צוזאמען מיט זיינע תלמידים, און צו זיי געזאגט: אויב עמיצער וויל מיר נאכגיין, זאל ער זיך אליין פארלייקענען, און זאל ער נעמען זיין בוים. און מיר נאכפאלגן.
ווער עס טראגט נישט זיין בוים און גייט מיר נאך, דער קען נישט זיין מיין תלמיד.
און ווי זיי האבן אים אוועקגעפירט, האבן זיי געכאפט א געוויסן שמעון פון קירניה, קומענדיק פונם פעלד, און האבן ארויפגעלייגט אויף אים דעם בוים, אז ער זאל אים טראגן נאך יהושען/ישוען.
און ווען זיי זענען געקומען צו דעם ארט, וואס מען רופט עס גלגלתא, האבן זיי אים דארט אויפגעהאנגען אויף א בוים, און די פארברעכער, דעם אויף דער רעכטער זייט און דעם אויף דער לינקער זייט. (ישעיהו נג, יב.)
און איבער אים איז אויך געווען אן אויפשריפט: דאס איז דער קעניג פון די יידן.
און ער האט צו אלעמען געזאגט: ווער עס וויל מיר נאכגיין, דער זאל זיך אליין פארלייקענען און נעמען זיין בוים אויף זיך טאג אויס טאג איין און מיר נאכפאלגן.
ווען זשע פילאטוס האט געהערט די דאזיקע ווערטער, האט ער ארויסגעפירט יהושען/ישוען, און זיך אנידערגעזעצט אויף דער טריבונאל שטול, אויף דעם ארט, וואס הייסט ליטאסטראטאס, און אויף לשון קודש גבתא (אויספלאסטערונג).
און אין ירושלים ביים שער הצאן איז דא א טייך, וואס הייסט אויף לשון קודש בית-חסדא, און האט פינף זאלן.
און אים ארויסגעשטויסן אויסער דער שטאט און געשטייניקט; און די עדות האבן אוועקגעלייגט זייערע מלבושים ביי די פיס פון א יונגנמאן, וואס האט געהייסן שאול.