8 האט יהושע/ישוע געענטפערט: איך האב דאך אייך געזאגט, אז איך בין עס! און אויב איר זוכט מיך, לאזט די דאזיקע גיין;
דאס אלץ אבער איז געשען, כדי די שריפטן פון די נביאים זאלן דערפילט ווערן. דעמאלט האבן אלע תלמידים אים פארלאזט, און זענען אנטלאפן.
און איך גיב זיי אייביק לעבן: און זיי וועלן קיינמאל נישט פארלוירן ווערן, און קיינער וועט זיי נישט ארויסרייסן פון מיינע הענט.
און פאר דעם יום טוב פסח, אזוי ווי יהושע/ישוע האט געוואוסט, אז זיין שעה איז געקומען, כדי ער זאל אוועקגיין פון דער דאזיקער וועלט צום פאטער, האבנדיק געליבט זיינע אייגענע, וואס זענען אין דער וועלט, האט ער זיי ליב געהאט ביז צום סוף.
זאגט שמעון פעטרוס צו אים: האר, וואואהין גייסטו? האט יהושע/ישוע געענטפערט: וואואהין איך גיי, קענסטו מיר איצט נישט נאכפאלגן, שפעטער אבער וועסטו מיר נאכפאלגן.
זע, עס קומט א שעה, און איז שוין אנגעקומען, אז איר זאלט צעשפרייט ווערן, יעדער איינער צו די זייניקע, און מיך וועט איר איבערלאזן איינעם אליין; און איך בין (דאך) נישט איינער אליין, ווייל דער פאטער איז מיט מיר.
און ער האט זיי ווידער געפרעגט: וועמען זוכט איר? און זיי האבן געזאגט: יהושען/ישוען פון נצרת!
כדי עס זאל מקוים ווערן דאס ווארט, וואס ער האט געזאגט: די, וואס דו האסט מיר געגעבן, פון זיי האב איך קיין איינעם נישט פארלוירן.
קיין נסיון האט אייך נישט אנגעכאפט, אחוץ וואס א מענטש קען פארטראגן; ה׳ אבער איז געטריי, וועלכער וועט אייך נישט לאזן אויסגעפרואווט ווערן איבער אייערע כוחות; נאר צוזאמען מיט דעם נסיון וועט ער אויך מאכן אן אויסוועג, כדי איר זאלט קענען ביישטיין.
און ער האט צו מיר געזאגט: מיין חסד איז גענוג פאר דיר, ווארום מיין קראפט ווערט שלמותדיק אין שוואכקייט. וועל איך מיך צום ליבסטן דעריבער מער בארימען מיט מיינע שלאפקייטן, כדי משיחס גבורה זאל רוען אויף מיר.
איר מענער, האט ליב אייערע פרויען, ווי אויך דער משיח האט ליב געהאט די קהלה, און זיך אוועקגעגעבן פאר איר,
ווארפט אלע אייערע דאגות אויף אים, ווייל ער זארגט פאר אייערטוועגן.