4 און יהושע/ישוע האט געוואוסט אלץ, וואס וועט קומען אויף אים; און איז ארויסגעגאנגען און האט צו זיי געזאגט: וועמען זוכט איר?
פון דעמאלט אָן האט יהושע/ישוע המשיח אנגעהויבן צו ווייזן זיינע תלמידים, אז ער מוז גיין קיין ירושלים, און ליידן א סך פון די זקנים און הויפט כהנים און סופרים, און געטייט ווערן, און דעם דריטן טאג אויפשטיין.
איר ווייסט, אז אין צוויי טעג ארום איז פסח, און דער בר אנש ווערט איבערגעגעבן פאר אויפהענגען אויף א בוים צו ווערן.
און בשעת זיי האבן געגעסן, האט ער געזאגט; באמת זאג איך אייך, אז איינער פון אייך וועט מיך פארראטן!
דעמאלט זאגט יהושע/ישוע צו זיי: איר אלע וועט געשטרויכלט ווערן אין מיר אין דער דאזיקער נאכט; מחמת עס שטייט געשריבן: איך וועל שלאגן דעם פאסטוך, און די שאף פון דער סטאדע וועלן צעשפרייט ווערן. (זכריה יג, ז.)
און ער האט צו זיי געזאגט: דאס זענען מיינע ווערטער, וואס איך האב צו אייך גערעדט, בשעת איך בין נאך געווען מיט אייך, אז אלץ מוז דערפילט ווערן, וואס עס שטייט געשריבן אין תורת משה, און אין די נביאים, און אין תהלים, וועגן מיר.
און פאר דעם יום טוב פסח, אזוי ווי יהושע/ישוע האט געוואוסט, אז זיין שעה איז געקומען, כדי ער זאל אוועקגיין פון דער דאזיקער וועלט צום פאטער, האבנדיק געליבט זיינע אייגענע, וואס זענען אין דער וועלט, האט ער זיי ליב געהאט ביז צום סוף.
ווארום ער האט געוואוסט, ווער עס וועט אים פארראטן; דערפאר האט ער געזאגט: נישט אלע זענט איר ריין.
האבן זיי אים געענטפערט: יהושען/ישוען פון נצרת! זאגט ער צו זיי: איך בין עס! און יהודה, וואס האט אים פארראטן, איז געשטאנען מיט זיי.
און ער האט זיי ווידער געפרעגט: וועמען זוכט איר? און זיי האבן געזאגט: יהושען/ישוען פון נצרת!
נאך דעם, אזויווי יהושע/ישוע האט געוואוסט, אז אלץ האט זיך שוין געענדיקט, כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן, זאגט ער: איך בין דארשטיק!
נאר צווישן אייך זענען פאראן אייניקע, וועלכע גלויבן נישט. ווארום יהושע/ישוע האט געוואוסט פונם אנהויב אָן, ווער עס זענען די, וואס גלויבן נישט, און ווער עס איז, וואס וועט אים פארראטן.
דו האסט מיר באקאנט געמאכט די וועגן פון לעבן, דו וועסט מיך זאט מאכן מיט פרייד פאר דיין פנים. (תהלים טז, ח-יא.)
דעריבער, ווי משיח האט געליטן אינם לייב, אזוי זאלט איר זיך אויך באוואפענען מיט דער זעלביקער מחשבה; ווייל דער, וואס האט געליטן אינם לייב, האט אויפגעהערט מיט זינד;