Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 18:33 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

33 פילאטוס איז צוריק אריינגעגאנגען אין פרעטאריום אריין, און האט גערופן יהושען/ישוען, און געזאגט צו אים: צי ביסט דו דער מלך פון די יידן?

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 18:33
25 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און יהושע/ישוע איז געשטעלט געווארן פאר דעם גובערנאטאר, און דער גובערנאטאר האט אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: צי ביסט דו דער קעניג פון די יידן? און יהושע/ישוע האט געזאגט; דו זאגסט עס!


דערנאך האבן דעם גובערנאטארס זעלנער גענומען יהושען/ישוען אין פרעטאריום אריין, און האבן פארזאמלט ארום אים די גאנצע אפטיילונג.


און פילאטוס האט אים געפרעגט: צי ביסט דו דער קעניג פון די יידן? און ער האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: דו זאגסט עס!


און זיי האבן אנגעהויבן אים צו באשולדיקן, אזוי צו זאגן: דעם דאזיקן האבן מיר געפונען פארפירן אונדזער פאלק, און ער פארווערט צו צאלן שטייערן צום קיסר; ער זאגט אויך, אז ער איז דער (רבי) מלך המשיח.


האט נתנאל אים געענטפערט: רבי, דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער; דו ביסט דער מלך פון ישראל.


האבן זיי גענומען פאלמענצווייגן, און זענען ארויס אים אנטקעגנצוגיין, און האבן געשריגן: הושענא, ברוך הבא בשם ה׳, מלך ישראל! (תהלים קיח, כה.) (געבענטשט איז דער, וואס קומט אינם נאמען פון דעם האר ג‑ט, דער מלך פון ישראל).


פארכט דיך נישט, דו טאכטער פון ציון, זע, דיין מלך קומט, רייטנדיק אויף א יונג אייזעלע. (זכריה ט, ט.)


האט יהושע/ישוע געענטפערט: זאגסטו דאס דאזיקע פון דיר אליין, אדער האבן אנדערע עס דיר געזאגט וועגן מיר?


פילאטוס האט דעריבער צו אים געזאגט: אויב אזוי ביסטו טאקע א מלך? האט יהושע/ישוע געענטפערט: דו זאגסט עס, אז איך בין א מלך. דערצו בין איך געבוירן געווארן און דערצו בין איך געקומען אין דער וועלט אריין, כדי איך זאל עדות זאגן אויף דעם אמת. יעדער איינער, וואס איז פון דעם אמת, הערט מיין קול.


זאגט פילאטוס צו אים: וואס איז אמת? און האבנדיק דאס געזאגט, איז ער ווידער ארויסגעגאנגען צו די יידן, און זאגט צו זיי: איך געפין נישט קיין שום שולד אין אים!


פון דעמאלט אָן האט פילאטוס געזוכט אים צו באפרייען; די יידן אבער האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: אויב דו באפרייסט דעם דאזיקן, ביסטו נישט דעם קיסרס פריינד; (ווארום) יעדער איינער, וואס מאכט זיך פאר א מלך, ווידערשפעניקט קעגן קיסר.


און זענען געקומען צו אים און געזאגט: שלום דיר, מלך פון די יידן! און האבן אים געגעבן פאטש.


און פילאטוס איז ווידער ארויסגעגאנגען אינדרויסן און האט צו זיי געזאגט: זע, איך פיר אים ארויס צו אייך, כדי איר זאלט וויסן, אז איך געפין נישט קיין שום שולד אין אים.


און איז ווידער אריינגעגאנגען אינם פרעטאריום און האט געזאגט צו יהושען/ישוען: פונוואנען ביסטו? יהושע/ישוע אבער האט אים נישט געגעבן קיין ענטפער.


איך באפעל דיר פאר ה׳, וועלכער מאכט אלץ לעבעדיק, און פאר משיח יהושע/ישוע, וועלכער האט עדות געזאגט פאר פאנטיוס פילאטוסן די גוטע באקענונג,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ