Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 18:32 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

32 כדי עס זאל דערפילט ווערן ישועס ווארט, וואס ער האט געזאגט, מרמז זייענדיק, מיט וועלכן טויט ער גייט שטארבן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 18:32
17 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און אים איבערגעבן צו די אומות (העולם) צו פארשפאטן, און שמייסן, און אויפהענגען אויף דער בוים, און דעם דריטן טאג וועט ער אויפשטיין.


איר ווייסט, אז אין צוויי טעג ארום איז פסח, און דער בר אנש ווערט איבערגעגעבן פאר אויפהענגען אויף א בוים צו ווערן.


זע, גייען מיר ארויף קיין ירושלים, און דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן צו די הויפט כהנים און די סופרים; און זיי וועלן אים פארמשפטן צום טויט, און אים איבערגעבן צו די אומות (העולם);


האבן די יידן ווידער אויפגעהויבן שטיינער, כדי אים צו שטייניקן.


האבן די יידן אים געענטפערט: פאר מעשים טובים שטייניקן מיר דיך נישט, נאר פאר חלול‑השם, און ווייל דו, זייענדיק א מענטש, מאכסט דיך פאר ג‑ט.


נישט וועגן אייך אלע רעד איך; ווארום איך ווייס וועמען איך האב אויסדערוויילט; נאר כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן: דער, וואס עסט מיין ברויט, האט אויפגעהויבן זיין טריט (עקב) קעגן מיר. (תהלים מא, י.)


פילאטוס האט דעריבער צו זיי געזאגט: נעמט איר אים, און משפט אים לויט אייער תורה. האבן די יידן צו אים געזאגט: מיר האבן נישט קיין רשות עמיצן צו טייטן;


און דאס דאזיקע האט ער געזאגט, מרמז זייענדיק, מיט וואס פאר א טויט ער וועט פארהערלעכן ה׳. און נאך דעם ווי ער האט דאס געזאגט, זאגט ער צו אים: פאלג מיר נאך!


און ווי משה האט אויפגעהויבן די שלאנג אין דער מדבר, אזוי מוז דער בר אנש אויפגעהויבן ווערן;


דאן האט יהושע/ישוע געזאגט: ווען איר וועט אויפהויבן דעם בר אנש, דעמאלט וועט איר וויסן, אז איך בין עס, און אז פון מיר אליין טו איך קיין זאך נישט; נאר ווי דער פאטער האט מיך געלערנט, אזוי רעד איך דאס.


און האבן געשטייניקט סטעפאנוסן, בשעת ער האט אויסגערופן און געזאגט: האר יהושע/ישוע, נעם אויף מיין גייסט.


משיח האט אונדז אויסגעלייזט פון דער קללה פון דער תורה, ווערנדיק א קללה פאר אונדזערטוועגן; ווייל עס שטייט געשריבן; פארשאלטן איז יעדער איינער, וועלכער הענגט אויף א בוים; (דברים כא, כג.)


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ