22 און בשעת ער האט אזוי גערעדט, האט איינער פון די משרתים, וואס זענען דארט געשטאנען, געגעבן יהושען/ישוען א פאטש, זאגנדיק: אָט אזוי ענטפערסטו דעם כהן גדול?
און אייניקע האבן אנגעהויבן צו שפייען אויף אים, און צו באדעקן אים דאס פנים, און צו שלאגן אים מיט די פויסטן, און צו זאגן צו אים: זאג נבואה! אויך די משרתים האבן אים עמפאנגען מיט פעטש. (ישעיהו נ, ו.)
וואס פרעגסטו מיך? פרעג די צוהערער וואס איך האב צו זיי גערעדט; זע, זיי ווייסן, וואס איך האב געזאגט.
און יהודה האט באקומען די אפטיילונג (סאלדאטן) און משרתים פון די הויפט כהנים און פרושים, און איז אהינגעקומען מיט פאקלען און לאמפן און כלי זין.
און זענען געקומען צו אים און געזאגט: שלום דיר, מלך פון די יידן! און האבן אים געגעבן פאטש.