שמעון פעטרוס אבער איז געשטאנען און זיך געווארעמט. און מען האט צו אים געזאגט: צי ביסטו דען נישט אויך פון זיינע תלמידים? האט ער געלייקנט און געזאגט: איך בין נישט!
און ווען זיי האבן אפגעגעסן אנבייסן, זאגט יהושע/ישוע צו שמעון פעטרוסן: שמעון בן יונה, צי האסטו מיך ליב מער ווי די דאזיקע? זאגט ער צו אים: יא, האר, דו ווייסט, אז איך האב דיך ליב. זאגט ער צו אים: פאשע מיינע לעמער.