14 און עס איז געווען קיפא, וואס האט געראטן די יידן, אז עס איז גוט איין מענטש זאל שטארבן פאר דעם פאלק.
דעמאלט האבן זיך פארזאמלט די הויפט כהנים, און די זקנים פון פאלק, אין דעם הויף פון דעם כהן גדול, וואס האט געהייסן קיפא;
און היות דער פארט איז נישט געווען געראם, דארטן איבערצואווינטערן, האט די מערהייט געראטן פון דארטן אוועקצופארן, אפשר וועלן זיי קענען אנקומען קיין פעניקס—א האפן פון קרעטא, וועלכער ליגט (געשיצט) קעגן די צפון מערב און דרום מערב ווינטן—און איבערווינטערן.
און ווען א סך צייט איז פארגאנגען, און די נסיעה איז שוין געווארן געפערלעך, צוליב דעם וואס אויך דער תענית (יום כיפור) איז שוין געווען פארביי, האט פוילוס זיי געווארנט,