13 און אים קודם כל אוועקגעפירט צו חנן; ווארום ער איז געווען דער שווער פון קיפא, וועלכער איז געווען כהן גדול אין יענעם יאר.
דעמאלט האבן זיך פארזאמלט די הויפט כהנים, און די זקנים פון פאלק, אין דעם הויף פון דעם כהן גדול, וואס האט געהייסן קיפא;
און די, וואס האבן גענומען יהושען/ישוען, האבן אים אוועקגעפירט צו קיפא, דעם כהן גדול, וואו די סופרים און די זקנים זענען געווען פארזאמלט.
ווען חנן און קיפא זענען געווען כהנים גדולים, איז ה׳ס ווארט געקומען צו יוחנן בן זכריה אין דער מדבר.
נאר איינער פון זיי, קיפא, זייענדיק כהן גדול אין יענעם יאר, האט צו זיי געזאגט: איר ווייסט גארנישט,
דאס דאזיקע אבער האט ער פון זיך אליין נישט געזאגט, נאר ווייל ער איז געווען כהן גדול אין יענעם יאר, האט ער געזאגט נבואות, אז יהושע/ישוע וועט שטארבן פאר דעם פאלק (ישעיהו נג, ח.);
און חנן האט אים אוועקגעשיקט א געבונדענעם (עקידה) צו קיפא דעם כהן גדול.
דאן האט מען יהושען/ישוען אוועקגעפירט פון קיפא צום פרעטאריום; און עס איז געווען פרי; און זיי זענען נישט אריינגעגאנגען אין פרעטאריום, כדי זיי זאלן זיך נישט מטמא זיין, נאר זאלן (קענען) עסן דאס קרבן פסח.
האט יהושע/ישוע געענטפערט: דו וואלסט נישט געהאט קיין שום מאכט קעגן מיר, אויב עס וואלט דיר נישט געגעבן געווארן פון אויבן; דערפאר האט א גרעסערע זינד דער, וואס האט מיך איבערגעגעבן צו דיר.
און חנן דער כהן גדול, און קיפא און יוחנן און אלעקסאנדער, און אלע, וואס זענען געווען פון דעם כהן גדולס משפחה.