12 און די אפטיילונג (סאלדאטן) מיט דעם אפיציר און די משרתים פון די יידן האבן געכאפט יהושען/ישוען און אים געבונדן (עקידה),
און די, וואס האבן גענומען יהושען/ישוען, האבן אים אוועקגעפירט צו קיפא, דעם כהן גדול, וואו די סופרים און די זקנים זענען געווען פארזאמלט.
און האבן אים געבונדן, און אוועקגעפירט, און איבערגעגעבן צו פילאטוסן, דעם גובערנאטאר.
דערנאך האבן דעם גובערנאטארס זעלנער גענומען יהושען/ישוען אין פרעטאריום אריין, און האבן פארזאמלט ארום אים די גאנצע אפטיילונג.
און זיי האבן אוועקגעפירט יהושען/ישוען צום כהן גדול; און עס האבן זיך ביי אים פארזאמלט אלע הויפט כהנים און די זקנים און די סופרים.
און באלד אינדערפרי האבן זיך די הויפט כהנים באראטן מיט די זקנים און סופרים, און דאס גאנצע סנהדרין—האבן געבונדן יהושען/ישוען, און אים אוועקגעפירט, און איבערגעגעבן צו פילאטוסן. (ישעיהו נג, ח.)
און זיי האבן אים געכאפט, און אים אוועקגעפירט, און אריינגעברענגט אין כהן גדולס הויז אריין. פעטרוס אבער האט נאכגעפאלגט פונדערווייטנס.
און יהודה האט באקומען די אפטיילונג (סאלדאטן) און משרתים פון די הויפט כהנים און פרושים, און איז אהינגעקומען מיט פאקלען און לאמפן און כלי זין.
און עס איז געווען א מאן אין קיסריה מיטן נאמען קארנעליוס, אן אפיציר פון דער אפטיילונג, וואס האט געהייסן די איטאליענישע,
און ווי זיי האבן אים געוואלט טייטן, איז געקומען א שמועה צום הויפטמאן פון דער אפטיילונג, אז גאנץ ירושלים איז אין אן אויפברויז.
און בשעת פוילוס האט געזאלט אריינגעפירט ווערן אין דער פעסטונג אריין, האט ער געזאגט צום הויפטמאן: צי איז עס מיר דערלויבט עפעס צו זאגן צו דיר? און ער האט געזאגט: דו קענסט גריכיש?
און ווען דאס מחלוקה איז געווארן (גאר) גרויס, האט דער הויפטמאן, מורא האבנדיק, אז פוילוס זאל פון זיי נישט צעריסן ווערן, באפוילן דאס מיליטער אראפצוגיין און אים א כאפ צו טאן פון זייער מיט, און אריינצופירן אין דער פעסטונג אריין.