10 און שמעון פעטרוס, האבנדיק א שווערד, האט זי ארויסגעצויגן, און געשלאגן דעם כהן גדולס קנעכט און אים אפגעהאקט דאס רעכטע אויער. און דער קנעכט האט געהייסן מלכוס.
און יהושע/ישוע זאגט צו אים: באמת זאג איך דיר: היינט, אין דער דאזיקער נאכט, איידער דער האן וועט צוויימאל קרייען, וועסטו מיך דריימאל פארלייקענען!
איינער אבער פון די, וואס זענען געשטאנען דערביי האט ארויסגעצויגן די שווערד, און געשלאגן דעם כהן גדולס קנעכט, און אים אפגעהאקט אן אויער.
ער אבער האט צו אים געזאגט: האר, מיט דיר בין איך גרייט צו גיין סאי אין תפיסה אריין און סאי צום טויט!
זאגט צו אים איינער פון דעם כהן גדולס קנעכט, וואס איז געווען א קרוב פון דעם, וועמען פעטרוס האט אפגעהאקט דאס אויער: צי האב איך דיך דען נישט געזען אינם גארטן מיט אים?