26 און איך האב צו זיי באקאנט געמאכט דיין נאמען, און וועל אים באקאנט מאכן, כדי די ליבע, מיט וועלכער דו האסט מיך ליב געהאט, זאל זיין אין זיי, און איך אין זיי.
איך רוף אייך מער נישט קנעכט, ווייל דער קנעכט ווייסט נישט וואס זיין האר טוט; איך רוף אייך אבער פריינד, ווייל אלץ, וואס איך האב געהערט ביי מיין פאטער, האב איך אייך צו וויסן געטאן.
בלייבט אין מיר, און איך אין אייך, ווי די צווייג קען נישט ברענגען קיין פירות פון זיך אליין, אויב זי בלייבט נישט אינם וויינשטאק, אזוי (קענט) איר נישט, אויב איר בלייבט נישט אין מיר.
איך אין זיי, און דו אין מיר, כדי זיי זאלן ווערן שלמותדיק אין איינעם, כדי די וועלט זאל וויסן, אז דו האסט מיך געשיקט, און האסט זיי ליב געהאט, פונקט אזוי ווי דו האסט מיך ליב געהאט.
איך האב אנטפלעקט דיין נאמען צו די מענטשן, וועלכע דו האסט מיר געגעבן אויס דער וועלט; דיין זענען זיי געווען, און דו האסט זיי מיר געגעבן; און זיי האבן געהאלטן דיין ווארט.
ווייל די ווערטער, וואס דו האסט מיר געגעבן, האב איך זיי געגעבן; און זיי האבן זיי אנגענומען, און באמת דערקענט, אז איך בין ארויסגעגאנגען פון דיר; און האבן געגלויבט, אז דו האסט מיך געשיקט.
מיט משיחן בין איך אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, און לעב שוין נישט מער, נאר משיח לעבט אין מיר; און וואס איך לעב איצט אינם פלייש, לעב איך אין אמונה פון דעם זון פון דער אויבערשטער, וועלכער האט מיך ליב געהאט און זיך געגעבן פאר מיינעטוועגן.
צו וועלכע ה׳ האט געוואלט לאזן וויסן, וואס איז דאס עשירות פון דער הערלעכקייט פון דעם דאזיקן סוד צווישן די אומות העולם; דאס איז משיח אין אייך, די האפענונג פון הערלעכקייט;