15 איך בעט נישט, אז דו זאלסט זיי ארויסנעמען אויס דער וועלט, נאר אז דו זאלסט זיי אפהיטן פון בייז.
נאר זאל אייער ווארט זיין; יא, יא; ניין, ניין! און וואס איז מער ווי די דאזיקע איז פונם בייזן.
און ברענג אונדז נישט צו קיין נסיון, נאר זיי אונדז מציל פון שלעכטס (מחמת דיין איז דאס מלכות, און די מאכט, און די הערלעכקייט, אויף אייביק! אמן.)
און פארגיב אונדז אונדזערע זינד, ווארום מיר אליין זענען אויך מוחל יעדן איינעם, וואס איז אונדז שולדיק. און ברענג אונדז נישט צו קיין נסיון.
איך אבער האב מתפלל געווען פאר דיר, אז דיין אמונה זאל זיך נישט אויסלאזן; און דו, ווען דו וועסט האבן תשובה געטאן, שטארק דיינע ברידער!
וועלכער האט זיך געגעבן פאר אונדזערע זינד, כדי אונדז ארויסצוראטעווען פון דער איצטיקער בייזער וועלט, לויט דעם רצון פון ג‑ט און אונדזער פאטער;
געטריי אבער איז דער האר, וועלכער וועט אייך שטארקן און אפהיטן פון בייז.
פון איצט אָן ליגט פאר מיר אוועקגעלייגט די קרוין פון צדקות, וועלכע דער האר, דער שופט צדק, וועט מיר געבן אין יענעם טאג; און נישט בלויז מיר אליין, נאר אויך אלעמען, וועלכע האבן ליב געהאט זיין נתגלה ווערן.
מיר ווייסן, אז יעדער איינער, וועלכער איז געבוירן געווארן פון ה׳, זינדיקט נישט; נאר דער, וואס איז געבוירן פון ה׳, היט זיך אפ, און דער נישט גוטער רירט אים נישט אָן.
מיר ווייסן, אז מיר זענען פון ה׳, און די גאנצע וועלט ליגט אין דער (מאכט) פונם נישט גוטן.