3 און דאס וועלן זיי טאן, ווייל זיי האבן נישט געקענט דעם פאטער, און נישט מיך.
אלץ איז מיר איבערגעגעבן געווארן פון מיין פאטער; און קיינער ווייסט נישט, ווער דער זון איז, אחוץ דער פאטער; און ווער דער פאטער איז, (ווייסט קיינער נישט) אחוץ דער זון, און דער, צו וועמען דער זון וויל עס אנטפלעקן.
אבער דאס אלץ וועט מען אייך טאן צוליב מיין נאמען, ווייל זיי קענען נישט אים, וואס האט מיך געשיקט.
ווער עס האט מיך פיינט, דער האט אויך פיינט דעם פאטער מיינעם.
גערעכטער פאטער, די וועלט האט דיך נישט געקענט, איך אבער האב דיך יא געקענט; און די דאזיקע ווייסן, אז דו האסט מיך געשיקט;
און דאס איז דאס אייביקע לעבן, אז זיי זאלן דיך קענען, דעם איינציק אמתן ג‑ט, און יהושע/ישוע המשיחן, וועמען דו האסט געשיקט.
זיי האבן דעריבער געזאגט צו אים: וואו איז דיין פאטער? האט יהושע/ישוע געענטפערט: נישט איר קענט מיך, נישט דעם פאטער מיינעם; אויב איר וואלט מיך געקענט, וואלט איר אויך געקענט מיין פאטער.
און איר האט אים דאך נישט דערקענט, איך אבער קען אים יא; און אויב איך זאל זאגן, אז איך קען אים נישט, וועל איך זיין א ליגנער גלייך צו אייך; נאר איך קען אים, און היט אפ זיין ווארט.
און איצט, ברידער, איך ווייס, אז איר האט עס געטאן נישט וויסנדיקערהייט, ווי אויך אייערע שרים.
וואס קיינער פון די מושלים פון דער דאזיקער וועלט האט זי נישט געקענט; ווייל וואלטן זיי זי יא געקענט, וואלטן זיי נישט אויפגעהאנגען אויף דער בוים דעם האר פון כבוד;
אין א פלאם פייער, געבנדיק א נקמה פארגעלטונג די, וואס קענען נישט ה׳ און זענען נישט געהארכזאם צו דער גוטער בשורה פון אונדזער האר יהושע/ישוע;
מיך, וואס איך בין פריער געווען א לעסטערער און א פארפאלגער און אן אפשפעטער; דאך האט ער זיך דערבארעמט אויף מיר, ווייל איך האב עס געטאן נישט וויסנדיקערהייט אין אומגלויבן;
יעדער, וועלכער פארלייקנט דעם זון, האט אויך נישט דעם פאטער; ווער וואס איז מודה אין דעם זון, דער האט דעם פאטער אויך.
זעט וואס פאר א ליבע דער פאטער האט אונדז געשענקט, אז מיר זאלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער; און מיר זענען עס. דערפאר קען אונדז די וועלט נישט, ווייל זי האט אים נישט געקענט.
ווער עס האט נישט ליב, דער האט נישט דערקענט ה׳, ווייל ה׳ איז ליבע.
און מיר ווייסן, אז דער זון פון דער אויבערשטער איז געקומען און אונדז געשענקט א פארשטאנד, כדי מיר זאלן דערקענען דעם ווארהאפטיקן; און מיר זענען אין דעם ווארהאפטיקן, אין זיין זון יהושע/ישוע המשיח. דאס איז דער ווארהאפטיקער ג‑ט און דאס אייביקע לעבן.