Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 16:20 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

20 באמת, באמת זאג איך אייך: איר וועט וויינען און קלאגן, אבער די וועלט וועט זיך פרייען; איר וועט זיין טרויעריק, נאר אייער טרויער וועט ווערן א שמחה.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 16:20
44 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

די גערטנער אבער, ווי זיי האבן אים דערזען, האבן געזאגט צווישן זיך: דאס איז דער יורש; קומט, לאמיר אים טייטן, און צונעמען זיין ירושה.


וואויל איז די טרויערנדיקע; ווייל זיי וועלן געטרייסט ווערן.


און באלד האט א האן צום צווייטן מאל געקרייט. און פעטרוס האט זיך דערמאנט דאס ווארט, ווי יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: איידער א האן וועט צוויימאל קרייען, וועסטו מיך דריימאל פארלייקענען. און ער האט עס זיך גענומען צום הארצן, און זיך צעוויינט.


זי איז געגאנגען און האט עס דערציילט צו די, וואס זענען געווען מיט אים, וואס האבן געטרויערט און געוויינט.


און ווען ער איז אויפגעשטאנען נאך דער תפילה און איז געקומען צו די תלמידים, האט ער זיי געפונען שלאפן פאר צער.


און ער איז ארויסגעגאנגען אינדרויסן, און האט זיך ביטער צעוויינט.


און עס האט אים נאכגעפאלגט א גרויסער המון עם און פרויען, וואס האבן אים באקלאגט און באוויינט.


און ער האט צו זיי געזאגט: וואס פאר א ווערטער זענען דאס, וואס איר רעדט איינער מיט דעם אנדערן אונטערוועגנס? און זיי זענען געבליבן שטיין מיט באטריבטע פנימער.


מיר אבער האבן געהאפט, אז ער איז דאס, וועלכער האט געזאלט אויסלייזן דאס (פאלק) ישראל. און אויסער דעם איז שוין היינט דער דריטער טאג, זינט די דאזיקע זאכן זענען געשען.


וואויל איז אייך, וואס הונגערן איצט, ווייל איר וועט געזעטיקט ווערן! וואויל איז אייך, וואס וויינען איצט, ווייל איר וועט לאכן!


דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי אין מיר זאלט איר האבן שלום. אין דער וועלט האט איר צרות; נאר זייט געטרייסט; איך האב מנצח געווען די וועלט.


נאר ווייל איך האב דאס גערעדט צו אייך, האט עצבות אנגעפילט אייער הארץ.


און ווען ער האט דאס געזאגט, האט ער זיי געוויזן די הענט און די זייט. און די תלמידים האבן זיך געפריידט, זעענדיק דעם האר.


און זיי זענען אוועקגעגאנגען פון פאר דעם סנהדרין, פרייענדיק זיך וואס זיי האבן ווערטיק געווען מבזה צו ווערן צוליב דעם נאמען.


נישט נאר דאס, נאר מיר זענען זיך משמח אין ה׳ דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דורך וועמען מיר האבן איצט באקומען די שלום-מאכן.


ווי טרויעריקע, אבער תמיד פריילעך; ווי ארעמעלייט, וועלכע מאכן אבער א סך רייך; ווי אזעלכע, וואס האבן גארנישט, און באזיצן דאך אלץ.


די פירות אבער פון דעם גייסט זענען ליבע, שמחה, שלום, סבלנות, פריינדלעכקייט, גוטסקייט, אמונה,


און איר זענט געווארן אונדזערע נאכפאלגער און פון דעם האר, מקבל געווען דאס ווארט אין פיל צרות, מיט שמחה פון דעם רוח הקודש;


נעמט עס אָן פאר א גרויסע פרייד, מיינע ברידער, ווען איר פאלט אריין אין כלערליי נסיונות,


און צו אים, וועלכער איז מעכטיק אייך אפצוהיטן פון שטרויכלען, און אייך פארצושטעלן פאר זיין כבוד אָן א מום מיט פרייד,


און די איינוואוינער אויף דער ערד פרייען זיך איבער זיי, און זענען זיך משמח; און וועלן זיך שיקן מתנות איינער דעם אנדערן; ווייל די דאזיקע צוויי נביאים האבן געפייניקט די איינוואוינער אויף דער ערד.


אויף וויפל זי האט זיך פארהערלעכט און געלאזט וואוילגיין, אויף אזויפיל זאלט איר איר געבן ליידן און פיין; ווייל אין איר הארץ זאגט זי: איך זיץ א מלכה, און בין נישט קיין אלמנה, און טרויער וועל איך אויף קיין פאל נישט זען.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ