18 דעריבער האבן זיי געזאגט: וואס איז דאס דאזיקע, וואס ער זאגט: א קליינע וויילע? מיר פארשטייען נישט, וואס ער רעדט.
און ער האט צו זיי געזאגט: אָ, איר נאראנים און וואס דאס הארץ איז אייך שווער צו גלויבן אלץ, וואס די נביאים האבן גערעדט!
אייניקע פון זיינע תלמידים האבן דעריבער געזאגט איינער צום אנדערן: וואס איז דאס דאזיקע, וואס ער זאגט אונדז: א קליינע וויילע, און איר זעט מיך נישט; און ווידער א קליינע וויילע, און איר וועט מיך יא זען? און: ווייל איך גיי צו דעם פאטער?
יהושע/ישוע האט געמערקט, אז זיי ווילן אים פרעגן, און ער האט צו זיי געזאגט: איר פרעגט זיך נאך, איינער ביים אנדערן, וועגן דעם דאזיקן, וואס איך האב געזאגט: א קליינע וויילע, און איר זעט מיך נישט, און ווידער א קליינע וויילע, און איר וועט מיך זען?
ווארום נאך דער צייט האט איר שוין באדארפן זיין מלמדים, נויטיקט איר זיך גאר, אז מען זאל אייך ווידער לערנען וואס עס זענען די יסודותדיקע כללים פון דעם אנהויב פון ה׳ס אנטפלעקונגען, און זענט געווארן אזעלכע, וואס נויטיקן זיך אין מילך, נישט אין שטארקע מאכלים.