Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 16:17 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

17 אייניקע פון זיינע תלמידים האבן דעריבער געזאגט איינער צום אנדערן: וואס איז דאס דאזיקע, וואס ער זאגט אונדז: א קליינע וויילע, און איר זעט מיך נישט; און ווידער א קליינע וויילע, און איר וועט מיך יא זען? און: ווייל איך גיי צו דעם פאטער?

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 16:17
12 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און זיי האבן באהאלטן דאס ווארט, און האבן זיך געפרעגט איינס דאס אנדערע, וואס עס באטייט דאס אויפשטיין פון די טויטע.


זיי אבער האבן נישט פארשטאנען דאס ווארט, און האבן זיך געפארכטן אים צו פרעגן.


און זיי האבן נישט פארשטאנען קיין זאך פון די דאזיקע, און דאס דאזיקע ווארט איז געווען פארהוילן פון זיי, און זיי האבן נישט געוואוסט וואס עס איז געזאגט געווארן.


זיי אבער האבן נישט פארשטאנען דאס דאזיקע ווארט און עס איז געווען פארהוילן פון זיי, כדי זיי זאלן נישט וויסן די באטייטונג דערפון; און זיי האבן מורא געהאט אים צו פרעגן וועגן דעם דאזיקן ווארט.


דאס האבן זיינע תלמידים צום ערשט נישט פארשטאנען; נאר ווען יהושע/ישוע איז שוין געווען פארהערלעכט, האבן זיי זיך דעמאלט דערמאנט, אז עס איז געווען געשריבן וועגן אים, און אז דאס האט מען געטאן צו אים.


זאגט צו אים יהודה, נישט דער איש‑קריות: האר, וואס איז געשען, אז דו וועסט דיך אנטפלעקן צו אונדז און נישט צו דער וועלט?


זאגט תומא צו אים: האר, מיר ווייסן נישט וואואהין דו גייסט; און וויאזוי קענען מיר וויסן דעם וועג?


דאס האב איך צו אייך גערעדט, כדי איר זאלט נישט ניכשול ווערן.


נאך א קליינע וויילע, און איר זעט מיך מער נישט; און ווידער א קליינע וויילע, און איר וועט מיך יא זען.


דעריבער האבן זיי געזאגט: וואס איז דאס דאזיקע, וואס ער זאגט: א קליינע וויילע? מיר פארשטייען נישט, וואס ער רעדט.


יהושע/ישוע האט געמערקט, אז זיי ווילן אים פרעגן, און ער האט צו זיי געזאגט: איר פרעגט זיך נאך, איינער ביים אנדערן, וועגן דעם דאזיקן, וואס איך האב געזאגט: א קליינע וויילע, און איר זעט מיך נישט, און ווידער א קליינע וויילע, און איר וועט מיך זען?


און איצט גיי איך צו אים, וואס האט מיך געשיקט; און קיין איינער פון אייך פרעגט מיך נישט: וואואהין גייסטו?


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ