Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 16:16 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

16 נאך א קליינע וויילע, און איר זעט מיך מער נישט; און ווידער א קליינע וויילע, און איר וועט מיך יא זען.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 16:16
19 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און אזוי, נאך דעם ווי דער האר יהושע/ישוע האט צו זיי גערעדט, איז ער ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין, און האט זיך אנידערגעזעצט אויף ה׳ס רעכטער זייט. (תהלים קי, א.)


האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: נאך א קליינע וויילע איז דאס ליכט צווישן אייך. גייט זשע אינם ליכט בשעת איר האט עס, כדי די פינצטערניש זאל אייך נישט איבערפאלן; און דער, וואס גייט אין דער פינצטערניש, ווייסט נישט וואו ער גייט.


(יהושע/ישוע) וויסנדיק, אז דער פאטער האט אים אלץ איבערגעבן אין די הענט אריין, און אז ער איז געקומען פון ה׳ און גייט צו ה׳,


קינדער, נאך א קורצע צייט בין איך מיט אייך. איר וועט מיך זוכן, און ווי איך האב געזאגט צו די יידן: וואואהין איך גיי, קענט איר נישט קומען, אזוי זאג איך אויך אייך איצט.


און וועגן צדקות, ווייל איך גיי צום פאטער, און איר וועט מיך מער נישט זען;


אזוי האט איר אויך איצט צער; איך וועל אייך אבער ווידער זען, און אייער הארץ וועט זיך פרייען, און די שמחה אייערע וועט קיינער נישט אוועקנעמען פון אייך.


איך בין ארויסגעקומען פון דעם פאטער, און בין געקומען אין דער וועלט אריין; ווידער פארלאז איך די וועלט, און גיי צו דעם פאטער.


און איצט גיי איך צו אים, וואס האט מיך געשיקט; און קיין איינער פון אייך פרעגט מיך נישט: וואואהין גייסטו?


איצט אבער גיי איך צו דיר; און דאס זאג איך אין דער וועלט, כדי זיי זאלן האבן מיין פרייד שלמותדיק אין זיך.


און איצט, פאטער, פארהערלעך דו מיך, מיט דער הערלעכקייט, וואס איך האב געהאט ביי דיר, איידער די וועלט איז (באשאפן) געווארן.


יהושע/ישוע האט דעריבער געזאגט: נאך א קליינע וויילע בין איך מיט אייך, און איך גיי צו אים, וואס האט מיך געשיקט.


צו וועמען נאך זיין ליידן ער האט זיך באוויזן לעבעדיק דורך א סך זיכערע באווייזן, דערשיינענדיק צו זיי במשך פון פערציק טעג און רעדנדיק וועגן דעם, וואס האט א שייכות צום קעניגרייך פון ה׳;


און קוקן אויף יהושען/ישוען, דעם גרינדער און פארענדיקער פון אונדזער אמונה, וואס פאר דער פרייד, וועלכע איז געלייגט געווארן פאר אים, האט ער דערטראגן דעם בוים. פאראכטנדיק די חרפה, און זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון ה׳ס כסא הכבוד.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ