9 ווי דער פאטער האט מיך ליב געהאט, אזוי האב איך אייך ליב געהאט; פארבלייבט אין דער ליבע מיינער!
דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי מיין פרייד זאל זיין אין אייך, און אייער פרייד זאל ווערן פול.
קיינער האט נישט קיין גרעסערע ליבע ווי די דאזיקע, אז ער זאל אנידערלייגן זיין לעבן פאר זיינע פריינד.
און איך האב צו זיי באקאנט געמאכט דיין נאמען, און וועל אים באקאנט מאכן, כדי די ליבע, מיט וועלכער דו האסט מיך ליב געהאט, זאל זיין אין זיי, און איך אין זיי.
דער פאטער האט ליב דעם זון, און האט אלץ געגעבן אין זיין האנט אריין.
כדי איר זאלט קענען משיג זיין צוזאמען מיט אלע קדושים די ברייט און די לענג און די הויך און די טיפעניש,
און איצט, קינדער, בלייבט אין אים; כדי ווען ער וועט נתגלה ווערן, זאלן מיר האבן דרייסטקייט, און זיך נישט דארפן שעמען פאר אים ביי זיין אנקומען.
איר אבער, געליבטע, דערבויענדיק זיך אין אייער הייליקסטער אמונה, און תפילה טוענדיק אינם רוח הקודש,
און פון יהושע/ישוע המשיחן, וועלכער איז דער באגלויבטער עדות, דער בכור פון די מתים, און דער הערשער איבער די מלכים פון דער ערד. צו אים, וועלכער האט אונדז ליב, און האט אונדז אויסגעלייזט פון אונדזערע זינד דורך זיין אייגן בלוט,