4 בלייבט אין מיר, און איך אין אייך, ווי די צווייג קען נישט ברענגען קיין פירות פון זיך אליין, אויב זי בלייבט נישט אינם וויינשטאק, אזוי (קענט) איר נישט, אויב איר בלייבט נישט אין מיר.
איך אין זיי, און דו אין מיר, כדי זיי זאלן ווערן שלמותדיק אין איינעם, כדי די וועלט זאל וויסן, אז דו האסט מיך געשיקט, און האסט זיי ליב געהאט, פונקט אזוי ווי דו האסט מיך ליב געהאט.
מיט משיחן בין איך אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, און לעב שוין נישט מער, נאר משיח לעבט אין מיר; און וואס איך לעב איצט אינם פלייש, לעב איך אין אמונה פון דעם זון פון דער אויבערשטער, וועלכער האט מיך ליב געהאט און זיך געגעבן פאר מיינעטוועגן.
צו וועלכע ה׳ האט געוואלט לאזן וויסן, וואס איז דאס עשירות פון דער הערלעכקייט פון דעם דאזיקן סוד צווישן די אומות העולם; דאס איז משיח אין אייך, די האפענונג פון הערלעכקייט;
צוליב דעם, ווען איך האב עס שוין לענגער נישט געקענט דערטראגן, האב איך אויך געשיקט זיך צו דערוויסן וועגן אייער אמונה, טאמער האט אייך דער אויספרואווער אויסגעפרואווט, און אונדזער מי איז געווארן צו גארנישט.