Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 15:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 יעדע צווייג אין מיר, וואס ברענגט נישט קיין פירות, נעמט ער אוועק; און יעדע, וואס ברענגט יא פירות, ער אפשניידן ריין (צווייג), כדי זי זאל ברענגען מער פירות.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 15:2
42 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

מחמת ווער עס האט, דעם וועט געגעבן ווערן, און ער וועט האבן א שפע; ווער אבער עס האט נישט, פון דעם וועט אויך אוועקגענומען ווערן, וואס ער האט יא.


אן אנדער משל האט ער צו זיי געזאגט: דאס מלכות השמים איז גלייך צו זויערטייג, וואס א פרוי האט גענומען, און באהאלטן אין דריי מאס זעמל מעל, ביז עס וועט אינגאנגצן דורכגעזויערט ווערן.


ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: יעדע פלאנץ, וואס מיין הימלישער פאטער האט נישט געפלאנצט, וועט אויסגעווארצלט ווערן.


און זעענדיק אן איינציקן פייגנבוים ביים וועג, און איז צוגעגאנגען צו אים, און האט גארנישט געפונען אויף אים אחוץ בלעטער אליין; און ער זאגט צו אים: עס זאל מער נישט וואקסן אויף דיר קיין פירות ביז אויף אייביק! און דער פייגנבוים איז באלד פארדארט געווארן.


מחמת יעדן איינעם, וואס האט, וועט געגעבן ווערן, און ער וועט האבן א שפע; פון דעם אבער, וואס האט נישט, וועט פון אים אוועקגענומען ווערן אפילו דאס, וואס ער האט יא.


און די האק ליגט שוין ביים שורש פון די ביימער; דעריבער יעדער בוים, וואס ברענגט נישט קיין גוטע פירות, ווערט אפגעהאקט, און געווארפן אין פייער אריין.


זיין ווינטשויפל איז אין זיין האנט, און ער וועט גוט אויסרייניקן זיין דרעשעריי; און ער וועט איינזאמלען זיין ווייץ אין שייער אריין, אבער די פלעווע וועט ער פארברענען אין פייער, וואס לעשט זיך נישט אויס.


יעדער בוים, וואס גיט נישט ארויס קיין גוטע פירות, ווערט אפגעהאקט, און געווארפן אין פייער אריין.


און יענע זענען עס וואס זענען געזייעט געווארן אויף דער גוטער ערד; וואס הערן דאס ווארט, און נעמען עס אָן, און ברענגען פרוכט, איינער דרייסיקפאכיק, און איינער זעכציקפאכיק, און איינער הונדערטפאכיק.


און די אויף דעם פעלדזן, דאס זענען זיי, וואס ווען זיי הערן, נעמען זיי אָן דאס ווארט מיט פרייד, זיי האבן אבער נישט קיין ווארצל; די גלויבן (נאר) אויף א געוויסע צייט, און אין א צייט פון נסיון פאלן זיי אפ.


איך בין דער ווארהאפטיקער וויינשטאק, און מיין פאטער איז דער גערטנער.


נישט איר האט מיך אויסדערוויילט, נאר איך האב אייך אויסדערוויילט, און אייך באשטימט, אז איר זאלט גיין און ברענגען פירות, און אז אייערע פירות זאלן בלייבן; כדי וואס איר וועט בעטן דעם פאטער אין מיין נאמען, זאל ער אייך געבן.


איר זענט שוין ריין, דורך דעם ווארט, וואס איך האב צו אייך גערעדט.


אויב עמיצער בלייבט נישט אין מיר, ווערט ער ארויסגעווארפן אינדרויסן, ווי די צווייג, און ווערט פארדארט; און מען זאמלט זיי איין און ווארפט זיי אין פייער אריין, און זיי ווערן פארברענט.


אין דעם דאזיקן ווערט מיין פאטער פארהערלעכט, אז איר זאלט ברענגען א סך פירות; און זיין מיינע תלמידים.


בשעת איך בין געווען מיט זיי, האב איך זיי באהיט אין דיין נאמען, וועלכן דו האסט מיר געגעבן; און האב געוואכט (איבער זיי), און קיינער פון זיי איז נישט פארלוירן געגאנגען, אחוץ דער בן האבדון (פארלוירענער זון), כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן.


און אויב אייניקע פון די צווייגן זענען אפגעבראכן געווארן, דו אבער, זייענדיק א ווילדער איילבערט בוים, ביסט צוגעזעצט געווארן צווישן זיי און ביסט געווארן מיט זיי אן אנטיילנעמער פונם ווארצל פון דעם איילבערט בוים און זיין פעטקייט,


זע דעריבער די גוטסקייט און שטרענגקייט פון ה׳; אויף די געפאלענע—שטרענגקייט, אבער אויף דיר—גוטסקייט פון ה׳, אויב דו וועסט בלייבן אין דער גוטסקייט; אנישט וועסטו אויך אפגעהאקט ווערן.


און מיר ווייסן, אז פאר אלע, וואס האבן ליב ה׳, ווירקט אלץ צוזאמען צום גוטן, צו די, וואס זענען גערופן לויט זיין ציל.


אויב איך רעד שוין מיט די לשונות פון מענטשן און מלאכים, האב אבער נישט קיין ליבע, בין איך א שאלנדיק קופער אדער א קלינגענדיקער צימבל.


וועלכער האט זיך געגעבן פאר אונדזערטוועגן, כדי אונדז אויסצולייזן פון יעדער רשעות און צו רייניקן פאר זיך אן עם סגולה, וואס איז אייפעריק פאר מעשים טובים.


און גיט אכטונג, אז קיינער זאל נישט אפפאלן פון ה׳ס חסד, אז קיין ביטערע ווארצל זאל נישט אויפוואקסן צו באטריבן און אז דורך איר זאלן א סך טמא ווערן;


פון אונדז זענען זיי ארויסגעגאנגען, נאר זיי זענען נישט געווען פון אונדז; ווארום אויב זיי וואלטן געווען פון אונדז, וואלטן זיי געבליבן מיט אונדז; נאר (זיי זענען ארויסגעגאנגען) כדי זיי זאלן באקאנט ווערן, אז זיי אלע זענען נישט פון אונדז.


וועלכע איך האב ליב, די שטראף איך און ציכטיק; זיי זשע אייפערדיק און טו תשובה.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ