Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 15:16 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

16 נישט איר האט מיך אויסדערוויילט, נאר איך האב אייך אויסדערוויילט, און אייך באשטימט, אז איר זאלט גיין און ברענגען פירות, און אז אייערע פירות זאלן בלייבן; כדי וואס איר וועט בעטן דעם פאטער אין מיין נאמען, זאל ער אייך געבן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 15:16
57 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און אלץ, וואס איר וועט בעטן אין תפילה, אויב איר וועט גלויבן, וועט איר עס באקומען.


בעט, און עס וועט אייך געגעבן ווערן; זוכט, און איר וועט געפינען; קלאפט אָן, און עס וועט אייך אויפגעמאכט ווערן!


און ווען עס איז געווארן טאג, האט ער גערופן צו זיך זיינע תלמידים און אויסדערוויילט פון זיי צוועלף, וועלכע ער האט אויך א נאמען געגעבן שליחים:


נישט וועגן אייך אלע רעד איך; ווארום איך ווייס וועמען איך האב אויסדערוויילט; נאר כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן: דער, וואס עסט מיין ברויט, האט אויפגעהויבן זיין טריט (עקב) קעגן מיר. (תהלים מא, י.)


אויב איר וואלט געווען פון דער וועלט, וואלט די וועלט ליב געהאט דאס, וואס איז איר אייגנס; ווייל אבער איר זענט נישט פון דער וועלט, נאר איך האב אייך אויסדערוויילט פון דער וועלט, צוליב דעם האט די וועלט אייך פיינט.


איך בין דער וויינשטאק; איר זענט די צווייגן; ווער עס בלייבט אין מיר, און איך אין אים, דער ברענגט א סך פירות; ווייל אָן מיר קענט איר גארנישט טאן.


האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט: צי האב איך דען נישט אייך—די צוועלף—אויסדערוויילט? און איינער פון אייך איז א טייוול.


און האבן תפילה געטאן און געזאגט: דו, אָ האר, וואס ווייסט אלעמענס הערצער, ווייז וועלכן דו האסט אויסדערוויילט פון די דאזיקע צוויי,


נאר איר וועט באקומען גבורה, ווען דער רוח הקודש וועט קומען אויף אייך; און וועט זיין מיינע עדות אין ירושלים און אין גאנץ יהודה און אין שומרון און ביז צום עק פון דער ערד.


(דאך) נישט צום גאנצן פאלק, נאר צו עדות, וועלכע זענען פארויס אויסדערוויילט געווארן פון ה׳, צו אונדז, וואס האבן געגעסן און געטרונקען מיט אים נאך זיין אויפשטיין פון די טויטע.


און ער האט געזאגט: דער ג‑ט פון אונדזערע אבות האט דיך אויסדערוויילט, צו וויסן זיין רצון און צו זען דעם צדיק און צו הערן א קול פון זיין מויל ארויס.


דער האר אבער האט צו אים געזאגט: גיי, ווייל ער איז פאר מיר א כלי חפץ, צו טראגן מיין נאמען פאר די אומות און מלכים און קינדער ישראל;


און איך וויל נישט, ברידער, איר זאלט זיין אומוויסנד, אז אפטמאל האב איך שוין געוואלט קומען צו אייך (און בין ביז איצט געשטערט געווארן), כדי איך זאל האבן פירות אויך צווישן אייך, ווי צווישן די איבריקע פעלקער.


דורך וועמען מיר האבן מקבל געווען חסד און די שליחות צו דער געהארכזאמקייט פון דער אמונה צווישן אלע פעלקער דורך זיין נאמען,


ווארום אלץ, וואס איז פון פריער געשריבן, איז געשריבן געווארן פאר אונדזער באלערנונג, כדי דורך סבלנות און דער טרייסט פון די כתבי (הקודש) זאלן מיר האבן די האפענונג.


אדער, צי האט דען נישט דער טעפער א רשות איבערן ליים צו מאכן פון דער זעלביקער מאסע א געפעס צו כבוד און א געפעס צו אומכבוד?


דאס אלץ איז צו יענע געשען פאר א פארבילד, און עס איז געשריבן געווארן ווי א מוסר פאר אונדזערטוועגן, צו וועמען די וועלט צייטן האבן דערגרייכט זייער ציל.


ווען אבער עס איז וואוילגעפעלן דעם, וועלכער האט מיך אפגעשיידט פון מיין מוטערס לייב און דורך זיין חסד מיך גערופן,


ווארום מיר זענען זיין ווערק, באשאפן אינם משיח יהושע/ישוע צו מעשים טובים, וועלכע ה׳ האט פארויס צוגעגרייט, אז מיר זאלן לעבן אין זיי.


אויב איר וועט נאר פארבלייבן אין דער אמונה, געגרונטפעסטיקט און פעסט, און נישט באוועגן זיך פון דער האפענונג פון דער גוטער בשורה, וועלכע איר האט געהערט, וועלכע איז אויסגערופן געווארן אין דער גאנצער באשאפונג אונטערן הימל; פון וועלכער איך פוילוס בין געווארן א משרת.


וואס איז געקומען צו אייך, ווי אויך אין דער גאנצער וועלט, און פרוכפערט זיך און מערט זיך, פונקט ווי אויך ביי אייך פון דעם טאג אָן, ווען איר האט געהערט און דערקענט ה׳ס חסד אויף אן אמת;


פאר וועלכן איך בין באשטימט געווארן אלס מבשר און שליח (דעם אמת זאג איך, און נישט קיין שקר) א מורה תורה פון די אומות העולם אין דער אמונה און אמת.


פאר וועלכער איך בין באשטימט געווארן אלס אן מבשר, און שליח, און מורה תורה.


און וואס דו האסט געהערט פון מיר פאר א סך עדות, דאס גיב איבער צו באגלויבטע מענטשן, וועלכע וועלן זיין פעאיק צו לערנען אויך אנדערע.


דערפאר האב איך דיך איבערגעלאזט אין קרעטא, כדי דו זאלסט ברענגען אין ארדנונג, וואס עס פעלט נאך, און באשטימען זקנים אין יעדער שטאט, ווי איך האב דיר באפוילן;


דורך אמונה האט הבל מקריב געווען א בעסער קרבן צו ה׳ ווי קין, דורך וועלכן ער האט דערהאלטן אן עדות, אז ער איז א צדיק, ווען ה׳ האט עדות געזאגט אויף זיינע מתנות; און דורך וועלכן הגם ער איז געשטארבן רעדט ער דאך נאך אלץ.


און די פרוכט פון גערעכטיקייט ווערט געזייעט אין שלום פאר די, וואס מאכן שלום.


דעם האר אבער דעם משיח זאלט איר הייליקן אין אייערע הערצער; זייט תמיד גרייט אויף אן ענטפער צו יעדן איינעם, וועלכער פרעגט אייך וועגן דער סיבה פון דער האפענונג אין אייך, נאר מיט עניוותדיקייט און מיט יראה;


צוקוקנדיק זיך אויף אייער לויטערן אויפפירונג מיט יראה.


אין דעם דאזיקן באשטייט די ליבע, נישט אז מיר האבן ליב געהאט ה׳, נאר אז ער האט אונדז ליב געהאט, און געשיקט זיין זון אלס א (קרבן) כפרה פאר אונדזערע זינד.


מיר האבן ליב, ווייל ער קודם כל האט אונדז ליב געהאט.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ