Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 15:11 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

11 דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי מיין פרייד זאל זיין אין אייך, און אייער פרייד זאל ווערן פול.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 15:11
21 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ברענגט דאס געשטאפטע קאלב, שחט עס, און לאמיר עסן און זיך לאזן וואוילגיין;


מען האט זיך אבער געדארפט לאזן וואוילגיין און משמח זיין; ווייל דער דאזיקער ברודער דיינער איז געווען טויט, און איז לעבעדיק געווארן; און ער איז געווען פארלוירן און איז ווידער געפונען געווארן!


און ווען ער האט זי געפונען, לייגט ער זי אויף זיינע שולטער מיט שמחה;


און ווען זי האט געפונען, רופט זי צונויף אירע פריינט און שכנות, און זאגט: פריידט זיך מיט מיר; ווייל איך האב געפונען די דראכמע, וואס איך האב פארלוירן!


ביז אצונד האט איר גארנישט געבעטן אין מיין נאמען; בעט, און איר וועט באקומען, כדי אייער פרייד זאל ווערן פול.


דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי אין מיר זאלט איר האבן שלום. אין דער וועלט האט איר צרות; נאר זייט געטרייסט; איך האב מנצח געווען די וועלט.


איצט אבער גיי איך צו דיר; און דאס זאג איך אין דער וועלט, כדי זיי זאלן האבן מיין פרייד שלמותדיק אין זיך.


ווער עס האט די כלה, דער איז דער חתן; אבער דער פריינד פון דעם חתן, וואס שטייט און הערט זיך צו צו אים, טוט מיט שמחה זיך פרייען איבער דעם חתנס קול; אָט די דאזיקע פרייד מיינע איז דערפילט.


און דער ג‑ט פון האפענונג זאל אייך אנפילן מיט יעדער שמחה און שלום אינם גלויבן, כדי איר זאלט זיין רייך אין דער האפענונג דורך דער גבורה פונם רוח הקודש.


נישט אז מיר הערשן איבער אייער אמונה, נאר מיר זענען מיטהעלפער פון אייער שמחה; ווארום איר שטייט פעסט אין דער אמונה.


און שכורט זיך נישט אָן מיט וויין, אין וועלכן עס איז צעלאזנקייט, נאר ווערט אנגעפילט מיט דעם גייסט;


און דאס דאזיקע ווייס איך גאנץ געוויס, אז איך וועל בלייבן און זיין מיט אייך אלעמען צו אייער שטארקונג און שמחה פון גלויבן;


וועמען איר האט נישט געזען און האט דאך ליב; און איצט, נישט זעענדיק אים, נאר גלויבנדיק אין אים, פריידט איר זיך מיט א שמחה, וואס איז אומאויסשפרעכלעך און הערלעך;


און דאס שרייבן מיר, כדי אונדזער שמחה זאל ווערן פול.


האבנדיק א סך צו שרייבן צו אייך, האב איך עס (אבער) נישט געוואלט (טאן) מיט פאפיר און טינט; נאר איך האף צו קומען צו אייך און צו רעדן מויל צו מויל, כדי אונדזער פרייד זאל זיין פול.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ