Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 15:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 איך בין דער ווארהאפטיקער וויינשטאק, און מיין פאטער איז דער גערטנער.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 15:1
28 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ער אבער האט ענטפערנדיק געזאגט: יעדע פלאנץ, וואס מיין הימלישער פאטער האט נישט געפלאנצט, וועט אויסגעווארצלט ווערן.


ווייל דאס מלכות השמים איז גלייך צו א מענטשן, א בעל הבית, וואס איז ארויסגעגאנגען זייער פרי צו דינגען ארבעטער פאר זיין וויינגארטן.


הערט אן אנדער משל: עס איז געווען א מענטש, א בעל הבית, וואס האט געפלאנצט א וויינגארטן, און האט אים ארומגערינגלט מיט א צוים, און געגראבן א וויינקעלטער אין אים, און געבויט א טורם, און האט אים פארדינגען צו גערטנער, און איז אוועקגעפארן.


און ער האט אנגעהויבן צו רעדן צו זיי אין משלים. א מענטש האט געפלאנצט א וויינגארטן, און אים ארומגערינגלט מיט א פלויט, און האט געגראבן א קעלטער, און געבויט א טורעם, און האט אים פארדונגען צו גערטנער, און איז אוועקגעפארן.


און ער האט געזאגט דאס דאזיקע משל: א געוויסער מאן האט געהאט א פייגנבוים, וואס איז געווען געפלאנצט אין זיין וויינגארטן; און ער איז געקומען און האט געזוכט פירות אויף אים, און האט נישט געפונען.


ווייל די תורה איז געגעבן געווארן דורך משהן, דער חסד און דער אמת זענען געקומען דורך יהושע/ישוע המשיחן.


דאס איז געווען דאס אמתע ליכט, וואס באלייכט יעדן מענטשן, וועלכער קומט אין דער וועלט אריין.


יעדע צווייג אין מיר, וואס ברענגט נישט קיין פירות, נעמט ער אוועק; און יעדע, וואס ברענגט יא פירות, ער אפשניידן ריין (צווייג), כדי זי זאל ברענגען מער פירות.


האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: באמת, באמת זאג איך אייך: נישט משה האט אייך געגעבן דאס ברויט פונם הימל; נאר דער פאטער מיינער גיט אייך דאס אמתע ברויט פונם הימל.


ווארום מיין פלייש איז ווארהאפטיקע שפייז, און מיין בלוט איז ווארהאפטיק געטראנק.


און אויב אייניקע פון די צווייגן זענען אפגעבראכן געווארן, דו אבער, זייענדיק א ווילדער איילבערט בוים, ביסט צוגעזעצט געווארן צווישן זיי און ביסט געווארן מיט זיי אן אנטיילנעמער פונם ווארצל פון דעם איילבערט בוים און זיין פעטקייט,


ווארום מיר זענען ה׳ס מיטארבעטער: ה׳ס אקערפעלד, ה׳ס בנין זענט איר.


ווידער שרייב איך אייך א ניי געבאט, וואס איז אמת אין אים און אין אייך; ווייל די פינצטערניש פארגייט, און דאס ווארהאפטיקע ליכט שיינט שוין.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ