איך אין זיי, און דו אין מיר, כדי זיי זאלן ווערן שלמותדיק אין איינעם, כדי די וועלט זאל וויסן, אז דו האסט מיך געשיקט, און האסט זיי ליב געהאט, פונקט אזוי ווי דו האסט מיך ליב געהאט.
און איך האב צו זיי באקאנט געמאכט דיין נאמען, און וועל אים באקאנט מאכן, כדי די ליבע, מיט וועלכער דו האסט מיך ליב געהאט, זאל זיין אין זיי, און איך אין זיי.
איך האב אנטפלעקט דיין נאמען צו די מענטשן, וועלכע דו האסט מיר געגעבן אויס דער וועלט; דיין זענען זיי געווען, און דו האסט זיי מיר געגעבן; און זיי האבן געהאלטן דיין ווארט.
ווייל די ווערטער, וואס דו האסט מיר געגעבן, האב איך זיי געגעבן; און זיי האבן זיי אנגענומען, און באמת דערקענט, אז איך בין ארויסגעגאנגען פון דיר; און האבן געגלויבט, אז דו האסט מיך געשיקט.
ווייל דער ג‑ט, וועלכער האט געזאגט: פון חושך זאל ארויסשיינען ליכט! האט געלויכטן אין אונדזערע הערצער אריין, כדי צו געבן ליכט פון דער דערקענטעניש פון דעם כבוד פון ה׳ אין דעם פנים פון משיח.
איך שרייב צו אייך, אבות, ווייל איר קענט אים, וואס איז פון אנהויב אָן. איך שרייב צו אייך, יונגעלייט, ווייל איר האט גובר געווען דעם בייזן (שׂטן). איך האב געשריבן צו אייך, קינדער, ווייל איר קענט דעם פאטער.