31 נאר כדי די וועלט זאל וויסן, אז איך האב ליב דעם פאטער, און ווי דער פאטער האט מיר געבאטן, אזוי טו איך. שטייט אויף; לאמיר אוועקגיין פונדאנען.
און איז געגאנגען אביסל פארויס, און איז אנידערגעפאלן אויף זיין פנים, האט תפילה געטאן און געזאגט: מיין פאטער אויב עס איז מעגלעך, זאל אוועקגיין פון מיר דער דאזיקער בעכער; דאך נישט ווי איך וויל, נאר ווי דו!
שטייט אויף, לאמיר גיין! זע, דער וואס פארראט מיך איז נאענט!
איך אבער האב א מקווה געטובלט צו ווערן, און ווי עס טוט מיר באנג, ביז זי וועט פארענדיקט ווערן!
קיינער נעמט עס נישט אוועק פון מיר, נאר פון מיר אליין לייג איך עס אנידער. איך האב רשות עס אנידערצולייגן, און האב רשות עס ווידער צו נעמען. דאס דאזיקע געבאט האב איך באקומען פון מיין פאטער.
איצט איז מיין נפש באאומרואיקט; און וואס זאל איך זאגן? פאטער, זיי מיך מציל פון דער דאזיקער שעה? אבער צוליב דעם בין איך דאך געקומען צו דער דאזיקער שעה.
ווייל איך האב פון מיר אליין נישט גערעדט; נאר ער, וואס האט מיך געשיקט, דער פאטער אליין, האט מיר געגעבן א געבאט, וואס איך זאל זאגן, און וואס איך זאל רעדן.
און פאר דעם יום טוב פסח, אזוי ווי יהושע/ישוע האט געוואוסט, אז זיין שעה איז געקומען, כדי ער זאל אוועקגיין פון דער דאזיקער וועלט צום פאטער, האבנדיק געליבט זיינע אייגענע, וואס זענען אין דער וועלט, האט ער זיי ליב געהאט ביז צום סוף.
ווי דער פאטער האט מיך ליב געהאט, אזוי האב איך אייך ליב געהאט; פארבלייבט אין דער ליבע מיינער!
יהושע/ישוע האט דעריבער געזאגט צו פעטרוסן: לייג אריין די שווערד אין דער שייד. דעם בעכער, וואס דער פאטער האט מיר געגעבן, זאל איך אים דען נישט טרינקען?
זאגט יהושע/ישוע צו זיי: מיין שפייז איז, אז איך זאל טאן דעם רצון פון דעם, וועלכער האט מיך געשיקט, און צו ענדיקן זיין ווערק.
און געפונען ווערנדיק אין מענטשלעכער פארם, האט ער זיך נידריק געמאכט און איז געווארן געהארכזאם ביז צום טויט—דעם טויט אויפן בוים.