Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 14:27 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

27 שלום לאז איך איבער מיט אייך; מיין שלום גיב איך אייך; נישט ווי די וועלט גיט, גיב איך אייך. זאל זיך אייער הארץ נישט באאומרואיקן, און זאל עס נישט ווערן פארצאגט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 14:27
65 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דעריבער זאלט איר זיך נישט פארכטן פאר זיי! מחמת עס איז נישטא קיין באהאלטענע זאך, וואס וועט נישט אנטפלעקט ווערן; און קיין פארבארגענע זאך, וואס וועט נישט באקאנט ווערן.


זיי צו געבן ליכט וואס זיצן אין פינצטערניש און אין שאטן פון טויט, צו פירן אונדזערע פיס אינם וועג פון שלום.


וואו אבער איר וועט אריינקומען אין א הויז, זאלט איר צום ערשט זאגן: שלום צו דעם דאזיקן הויז!


איך זאג אייך אבער, מיינע פריינד: האט נישט קיין מורא פאר די, וואס טייטן דעם גוף און נאך דעם זענען נישט ביכולת עפעס מער צו טאן.


כבוד צו ה׳ אין די הויכקייטן, און אויף דער ערד שלום צווישן מענטשן אין וועמען ער האט א וואוילגעפעלן!


זאל אייער הארץ זיך נישט באאומרואיקן; איר גלויבט אין ה׳, גלויבט אויך אין מיר.


דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי אין מיר זאלט איר האבן שלום. אין דער וועלט האט איר צרות; נאר זייט געטרייסט; איך האב מנצח געווען די וועלט.


און אין יענעם טאג אין אוונט, דעם ערשטן פון דער וואך, בשעת די טירן זענען געווען פארשלאסן, וואו די תלמידים האבן זיך געפונען, אויס מורא פאר די יידן, איז יהושע/ישוע געקומען און האט זיך געשטעלט אין דער מיט, און זאגט צו זיי: שלום עליכם!


און יהושע/ישוע האט ווידער צו זיי געזאגט: שלום עליכם! ווי דער פאטער האט מיך געשיקט, אזוי שיק איך אייך.


און אין אכט טעג ארום זענען זיינע תלמידים ווידער געווען אינעווייניק (אינם הויז), און תומא איז געווען מיט זיי. קומט יהושע/ישוע, בשעת די טירן זענען געווען פארשלאסן, און האט זיך געשטעלט אין דער מיט און געזאגט: שלום עליכם!


דאס ווארט, וואס ער האט געשיקט צו די קינדער ישראל, מבשר זייענדיק שלום דורך יהושע/ישוע המשיחן—ער איז האר איבער אלע—


און דער האר האט געזאגט צו פוילוסן דורך א חיזיון ביינאכט: האב נישט קיין מורא, נאר רעד, און שווייג נישט;


צו אלע, וואס זענען אין רוים, געליבטע פון ה׳, בארופן (צו זיין) הייליקע: חסד צו אייך און שלום פון ה׳ אונדזער פאטער און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח.


און דער ג‑ט פון האפענונג זאל אייך אנפילן מיט יעדער שמחה און שלום אינם גלויבן, כדי איר זאלט זיין רייך אין דער האפענונג דורך דער גבורה פונם רוח הקודש.


זייענדיק דעריבער גערעכטפערטיקט דורך אמונה, האבן מיר שלום מיט ה׳ דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח,


ווארום אויב מיר, זייענדיק שונאים, זענען שלום-מאכן געווארן מיט ה׳ דורכן טויט פון זיין זון, אויף וויפל מער, זייענדיק שוין שלום-מאכן, וועלן מיר געראטעוועט ווערן דורך זיין לעבן;


ווארום דאס טראכטן פון דעם פלייש איז דער טויט, אבער דאס טראכטן פונם גייסט איז לעבן און שלום;


חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט, אונדזער פאטער, און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח.


חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט אונדזער פאטער, און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח,


די פירות אבער פון דעם גייסט זענען ליבע, שמחה, שלום, סבלנות, פריינדלעכקייט, גוטסקייט, אמונה,


און וויפל עס וועלן לעבן לויט דעם דאזיקן כלל, שלום אויף זיי און רחמים, און אויף דעם ישראל פון ה׳.


און דער שלום פון ה׳, וואס איז העכער פון יעדער שכל, וועט באוואכן אייערע הערצער און אייערע מחשבות אינם משיח יהושע/ישוע.


צו די הייליקע און געטרייע ברידער אינם משיח, וועלכע געפינען זיך אין קאלאסע: חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט אונדזער פאטער.


און דורך אים צו שלום מאכן מיט אלץ מיט זיך אליין, האבנדיק געמאכט שלום דורך דעם (כפרה) בלוט פון זיין בוים—דורך אים, סאי דאס, וואס אויף דער ערד, סאי דאס, וואס אין הימל.


און זאל אין אייערע הערצער הערשן דער שלום פון דעם משיח, צו וועלכן איר זענט גערופן געווארן אין איין גוף, און זייט דאנקבאר.


חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט דעם פאטער און דעם האר יהושע/ישוע המשיח.


און דער האר פון שלום אליין זאל אייך תמיד געבן שלום און בכל אופן. זאל דער האר זיין מיט אייך אלעמען.


ווארום ה׳ האט אונדז נישט געגעבן קיין גייסט פון פחד, נאר פון גבורה און ליבע און שליטה איבער זיך אליין.


און דער ג‑ט פון שלום, וואס האט צוריקגעברענגט פון די טויטע דעם גרויסן פאסטוך פון די שאף יהושען/ישוען אונדזער האר, דורך דעם בלוט פון דעם אייביקן בונד,


צו וועמען אברהם האט אויסגעטיילט מעשר פון אלעם—ערשטנס באטייט זיין נאמען קעניג פון גערעכטיקייט (ציטירן ניטציטירן) און דערנאך אויך מלך שלם (ציטירן ניטציטירן), דאס הייסט קעניג פון פרידן (ציטירן ניטציטירן); (בראשית יד, יח-כ.)


יוחנן צו די זיבן קהלות אין (קליין) אזיען: חסד צו אייך און שלום פון אים, וועלכער איז און איז געווען און וועט קומען; און פון די זיבן גייסטער, וואס זענען פאר זיין כסא הכבוד;


האב נישט מורא, וואס דו גייסט ליידן; זע, דער טייוול וועט אריינווארפן אייניקע פון אייך אין תפיסה אריין, כדי איר זאלט אויסגעפרואווט ווערן; און איר וועט האבן צרות צען טעג. זיי געטריי ביז צום טויט, און איך וועל דיר געבן די קרוין פון לעבן.


די שרעקעוודיקע אבער און אומגלויביקע און אומווירדיקע און רוצחים און זונים און מכשפים און געצנדינער און אלע ליגנער, זייער חלק וועט זיין אין דעם טייך, וואס ברענט מיט פייער און שוועבל; דאס איז דער צווייטער טויט!


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ