Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 14:26 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

26 דער פרקליט אבער, דער רוח הקודש, וועמען דער פאטער וועט שיקן אין מיין נאמען, ער וועט אייך אלץ לערנען, און אייך דערמאנען אלץ, וואס איך האב אייך געזאגט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 14:26
75 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און די געבורט פון יהושע/ישוע המשיחן איז פארגעקומען אויף אזא אופן: ווען זיין מוטער מרים איז געווען פארקנסט צו יוספן, איידער זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען, איז זי געפונען געווארן מעוברת פונם רוח הקודש.


און טראכטנדיק אזוי וועגן דעם, זע, א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט זיך באוויזן צו אים אין א חלום, אזוי צו זאגן: יוסף בן דוד, פארכט דיך נישט צו נעמען מרים, דיין ווייב; מחמת דאס, וואס איז אין איר געשאפן געווארן, איז פונם רוח הקודש.


גייט דעריבער און מאכט אלע פעלקער פאר תלמידים, און זיי מיט דער מקווה געגאנגען אונטער די וואסער אין דעם נאמען פון דעם פאטער און דעם זון און דעם רוח הקודש,


איך טובל אייך אין א מקווה מיט וואסער צו תשובה; אבער דער, וואס קומט נאך מיר, איז שטארקער פון מיר, וואס איך בין נישט ווערט צו טראגן זיינע שיך; ער וועט אייך טובל זיין אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש און מיט פייער.


דוד (המלך) אליין האט דאך געזאגט דורך דעם רוח הקודש: דער האר האט געזאגט צו מיין האר: זיץ ביי מיין רעכטער זייט, ביז איך וועל אנידערלייגן דיינע פיינט פאר א פוסבענקעלע פאר דיינע פיס! (תהלים קי, א.)


און ווען מען וועט אייך פירן און איבערגעבן, זאלט איר זיך נישט מאכן קיין זארגן פארויס, וואס איר זאלט רעדן, נאר וואס עס וועט אייך געגעבן ווערן אין יענער שעה, דאס רעדט. ווארום נישט איר זענט עס, וואס רעדן, נאר דער רוח הקודש.


ווארום ער וועט זיין גרויס פאר דעם האר (ה׳), און וויין און שארפע געטראנקען וועט ער נישט טרינקען, און שוין פון זיין מוטערס לייב אָן וועט ער זיין פול מיט דעם רוח הקודש.


און דער מלאך האט ענטפערנדיק געזאגט צו איר: דער רוח הקודש וועט קומען איבער דיר, און דעם אויבערשטנס גבורה וועט דיך באשאטן; דערפאר וועט דאס געבוירענע (קינד) אויך גערופן ווערן הייליק, זון פון דעם אויבערשטער. (ישעיהו ז, יד.)


און עס איז געשען, ווי אלישבע האט געהערט מרימס באגריסונג, האט דאס קינד א שפרונג געטאן אין איר לייב; און אלישבע איז פול געווארן מיט דעם רוח הקודש,


און זכריה, זיין פאטער, איז פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האט נבואות געזאגט, אזוי צו זאגן:


דעריבער, אויב איר, זייענדיק שלעכט, ווייסט צו געבן גוטע גאב צו אייערע קינדער, על אחת כמה וכמה וועט דער פאטער פון הימל געבן דעם רוח הקודש צו די, וואס בעטן אים!


און זע, עס איז געווען א מענטש אין ירושלים, וועלכער האט געהייסן שמעון, און דער דאזיקער איז געווען אן איש צדיק און א ג‑טספארכטיקער מענטש, און האט געהאפט אויף דער נחמה פון ישראל; און דער רוח הקודש האט גערוט אויף אים.


און זע, איך שיק אויף אייך די הבטחה פון מיין פאטער; איר אבער בלייבט אין דער שטאט, ביז איר וועט אנגעקליידט ווערן מיט גבורה פון אויבן.


און דער רוח הקודש איז אראפגעקומען אויף אים אין א קערפערלעך געשטאלט, ווי א טויב; און עס איז געקומען א קול פון הימל; דו ביסט מיין געליבטער זון, אין דיר האב איך א וואוילגעפעלן!


און איך האב אים נישט געקענט; נאר דער, וואס האט מיך געשיקט טובל צו זיין מיט וואסער אין א מקווה, האט צו מיר געזאגט: אויף וועמען דו וועסט זען דעם גייסט אראפשוועבן, און בלייבן אויף אים, דער דאזיקער איז עס, וועלכער איז טובל אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש.


דאס האבן זיינע תלמידים צום ערשט נישט פארשטאנען; נאר ווען יהושע/ישוע איז שוין געווען פארהערלעכט, האבן זיי זיך דעמאלט דערמאנט, אז עס איז געווען געשריבן וועגן אים, און אז דאס האט מען געטאן צו אים.


און איך וועל בעטן דעם פאטער, און ער וועט אייך געבן אן אנדערן פרקליט, כדי ער זאל זיין מיט אייך אויף אייביק;


דאס האב איך צו אייך גערעדט, זייענדיק ביי אייך.


ווען אבער דער פרקליט וועט קומען, וועמען איך וועל שיקן צו אייך פון מיין פאטער, דעם גייסט פון אמת, וואס קומט ארויס פון דעם פאטער, וועט ער עדות זאגן וועגן מיר;


איך זאג אייך אבער דעם אמת: עס איז גוט פאר אייך, אז איך גיי אוועק; ווארום אויב איך זאל נישט אוועקגיין, וועט דער פרקליט בשום אופן נישט קומען צו אייך; און אויב איך גיי יא, וועל איך אים שיקן צו אייך.


דעריבער, ווען ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע, האבן זיך זיינע תלמידים דערמאנט, אז ער האט דאס דאזיקע געזאגט; און האבן געגלויבט אין דער (הייליקער) שריפט און אין דעם ווארט, וואס יהושע/ישוע האט געזאגט.


און דאס זאגנדיק, האט ער אויף זיי געאטעמט, און זאגט צו זיי; זייט מקבל דעם רוח הקודש!


עס שטייט געשריבן אין די נביאים: און אלע וועלן זיין געלערנט פון ה׳. יעדער איינער, וואס האט געהערט פון דעם פאטער און האט געלערנט, קומט צו מיר.


דאס דאזיקע אבער האט ער געזאגט וועגן דעם רוח (הקודש), וואס די מאמינים אין אים, האבן געזאלט מקבל זיין; ווארום דער גייסט איז נאך נישט געהאט געגעבן געווארן, ווייל יהושע/ישוע איז נאך נישט געווען פארהערלעכט.


ביז צום טאג, ווען ער איז ארויפגענומען געווארן, נאך דעם ווי ער האט דורך דעם רוח הקודש געבאטן די שליחים, וועלכע ער האט אויסדערוויילט;


און ווען זיי זענען געווען פארזאמלט, האט ער זיי באפוילן נישט אוועקצוגיין פון ירושלים, נאר צו ווארטן אויף דער הבטחה פונם פאטער, וועלכע—האט ער געזאגט—איר האט געהערט פון מיר;


נאר איר וועט באקומען גבורה, ווען דער רוח הקודש וועט קומען אויף אייך; און וועט זיין מיינע עדות אין ירושלים און אין גאנץ יהודה און אין שומרון און ביז צום עק פון דער ערד.


און איך האב מיך דערמאנט דעם הארס ווארט, ווי ער האט געזאגט: יוחנן האט טאקע געטובלט מיט וואסער אין דער מקווה, איר אבער וועט געטובלט ווערן אין דער מקווה מיט דעם רוח הקודש.


און בשעת זיי האבן געדינט ה׳ און געפאסט, האט דער רוח הקודש געזאגט: שיידט מיר אפ בר‑נבאן און שאולן צו דער ארבעט, צו וועלכער איך האב זיי גערופן.


און ווערנדיק ארויסגעשיקט דורך דעם רוח הקודש, זענען זיי אראפגעגאנגען קיין סעלעאוציען, און פון דארטן האבן זיי זיך אוועקגעשיפט קיין קפריסין.


ווארום עס איז וואוילגעפעלן דעם רוח הקודש און אונדז, נישט ארויפצולייגן אויף אייך קיין ווייטערע משא, אחוץ די דאזיקע נויטווענדיקע זאכן;


און ה׳, וועלכער קען די הערצער, האט מעיד געווען צו זיי, געבנדיק זיי דעם רוח הקודש פונקט אזוי ווי אויך אונדז;


און זיי זענען דורכגעגאנגען פריגיען און דאס לאנד גאלאטיען, ווייל עס איז זיי פארווערט געווארן פון דעם רוח הקודש צו רעדן דאס ווארט אין אזיען;


דעריבער, אזוי ווי ער איז דערהויבן געווארן צו ה׳ס רעכטער האנט און האט באקומען די הבטחה פונם פאטער וואס שייך דעם רוח הקודש, האט ער דאס אויסגעגאסן, וואס איר זעט איצט און הערט.


און אלע זענען פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האבן אנגעהויבן רעדן אויף אנדערע לשונות, לויט ווי דער גייסט האט זיי געגעבן זיך אויסצודריקן.


היט זשע זיך און די גאנצע סטאדע, אויף וועלכער דער רוח הקודש האט אייך באשטימט פאר משגיחים, כדי צו פאשען ה׳ס קהלה, וועלכע ער האט געקויפט מיט זיין אייגן בלוט.


אלץ האב איך אייך געוויזן, אז הארעווענדיק אויף אזא אופן, דארף מען העלפן די שוואכע, און געדענקען דעם האר ישועס ווערטער, ווייל ער אליין האט געזאגט: עס איז וויילער צו געבן ווי צו נעמען.


און אזויווי זיי זענען נישט געווען איינשטימיק צווישן זיך, זענען זיי אוועקגעגאנגען, נאך דעם ווי פוילוס האט נאך געזאגט איין ווארט: גוט האט דער רוח הקודש גערעדט דורך דעם נביא ישעיה צו אייערע עלטערן, אזוי צו זאגן:


פעטרוס אבער האט געזאגט: חנניה, פארוואס האט דער שׂטן אנגעפילט דיין הארץ, צו זאגן א ליגן צום רוח הקודש און אראפצונעמען פונם פרייז פון פעלד?


איר הארטנעקיקע און (וואס האבן) נישט געמלטע הערצער און אויערן, איר שטעלט זיך תמיד אנטקעגן דעם רוח הקודש; ווי די עלטערן אייערע, אזוי איר.


און ער, זייענדיק פול מיט דעם רוח הקודש, האט ארויפגעבליקט צום הימל, און געזען דעם כבוד פון ה׳, און יהושען/ישוען שטיין אויף ה׳ס רעכטער זייט,


ווארום דאס קעניגרייך פון ה׳ באשטייט נישט אין עסן און טרינקען, נאר אין צדקות און שלום און שמחה אינם רוח הקודש.


און דער ג‑ט פון האפענונג זאל אייך אנפילן מיט יעדער שמחה און שלום אינם גלויבן, כדי איר זאלט זיין רייך אין דער האפענונג דורך דער גבורה פונם רוח הקודש.


צו זיין א קנעכט פונם משיח יהושע/ישוע צו די אומות העולם, דינענדיק ווי א כהן אין דער בשורה טובה פון ה׳, כדי דאס קרבן פון די אומות העולם זאל ווערן באוויליקט, געהייליקט דורך דעם רוח הקודש.


די האפענונג אבער אנטוישט נישט, ווייל ה׳ס ליבע איז אויסגעגאסן אין אונדזערע הערצער דורך דעם רוח הקודש, וועלכער איז אונדז געגעבן געווארן.


דערפאר לאז איך אייך וויסן, אז קיינער, וועלכער רעדט דורך ה׳ס גייסט, זאגט נישט: פארפלוכט זאל זיין יהושע/ישוע; און קיינער קען נישט זאגן: יהושע/ישוע איז האר, אחוץ דורך דעם רוח הקודש.


אדער ווייסט איר נישט, אז אייער גוף איז א היכל פאר דעם רוח הקודש, וועלכער איז אין אייך, וועמען איר האט פון ה׳? און איר געהערט נישט צו זיך אליין,


זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח און די ליבע פון ג‑ט און די חברותאשאפט פון דעם רוח הקודש זיין מיט אייך אלעמען.


אין לויטערקייט, אין דערקענטעניש, אין צוריקגעהאלטנקייט, אין מילדקייט, אינם רוח הקודש, אין נישט צבועקישער ליבע,


אין וועמען אויך איר, האבנדיק געהערט דאס ווארט פון אמת—די גוטע בשורה פון אייער ישועה—אין וועמען אויך ווערנדיק מאמינים, איר זענט פארחתמעט געווארן דורך דעם גייסט פון דער הבטחה—דעם רוח הקודש,


אז דער ג‑ט פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דער פאטער פון כבוד, זאל אייך געבן א גייסט פון חכמה און פון אנטפלעקונג אין דער דערקענטעניש פון אים;


און באטריבט נישט ה׳ס רוח הקודש, אין וועמען איר זענט פארחתמעט געווארן ביז צום טאג פון דער גאולה.


דעריבער דער, וואס פאראכט עס, פאראכט נישט א מענטשן, נאר ה׳, וועלכער גיט אונדז אויך דעם רוח הקודש.


היט אפ דעם גוטן פקדון דורך דעם רוח הקודש, וועלכער וואוינט אין אונדז.


נישט דורך (מחמיר חומרא געזעץ) מעשים פון צדקות, וואס מיר האבן געטאן, נאר לויט זיין בארעמהארציקייט האט ער אונדז דערלייזט, דורך דער מקווה פון ווידערגעבורט און באנייאונג פון דעם רוח הקודש,


און אויך דער רוח הקודש זאגט עדות צו אונדז; ווארום נאכדעם ווי ער האט געזאגט:


בשעת ה׳ האט דערויף מעיד געווען מיט אותות און מופתים און מיט פארשיידענע גבורות און מתנות פון רוח הקודש, וואס ער האט אויסגעטיילט לויט זיין רצון.


דעריבער, אזוי ווי דער רוח הקודש זאגט: היינט, אויב איר וועט הערן זיין קול,


דערמיט ווייזט דער רוח הקודש אויף, אז דער וועג צום קדשי קדשים איז נאך נישט געווען אנטפלעקט, בשעת דאס ערשטע משכן האט געהאט א קיום;


צו זיי איז עס אנטפלעקט געווארן, אז נישט פאר זיך אליין, נאר פאר אייערטוועגן האבן זיי געדינט די דאזיקע זאכן, וואס זענען אייך איצט אנגעזאגט געווארן דורך די, וועלכע האבן אייך געברענגט די בשורה טובה דורך דעם רוח הקודש, וואס איז געשיקט געווארן פון הימל; זאכן, אין וועלכע מלאכים גארן אריינצוקוקן.


ווארום קיינמאל איז נאך נישט געברענגט געווארן קיין נבואה פון א מענטשנס ווילן; נאר געטריבן פונם רוח הקודש, האבן מענטשן גערעדט פון ה׳. (שמואל ב כג, ג.)


און איר האט א זאלבונג פון הקדוש ברוך הוא, און אלע פון איר האבן דערקענטעניש.


און איר, די זאלבונג, וואס איר האט באקומען פון אים, בלייבט אין אייך, און איר דארפט נישט, אז עמיצער זאל אייך לערנען; נאר ווי זיין זאלבונג לערנט אייך וועגן אלעם, און איז ווארהאפטיק, און נישט קיין שקר, און ווי זי האט אייך געלערנט, אזוי זאלט איר בלייבן אין אים.


ווייל עס זענען דריי, וועלכע זאגן עדות:


איר אבער, געליבטע, דערבויענדיק זיך אין אייער הייליקסטער אמונה, און תפילה טוענדיק אינם רוח הקודש,


ווער עס האט אויערן, דער זאל הערן, וואס דער גייסט זאגט צו די קהלות. דער, וואס איז מנצח, וועט בשום אופן נישט ליידן פון צווייטן טויט.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ