Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 14:24 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

24 ווער עס האט מיך נישט ליב, דער האלט נישט מיינע ווערטער; און דאס ווארט, וואס איר הערט, איז נישט מיין, נאר פון דעם פאטער, וואס האט מיך געשיקט.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 14:24
19 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

האט יהושע/ישוע צו אים געזאגט: אויב דו ווילסט זיין שלמותדיק, גיי, פארקויף דיין רכוש, און גיב עס צו ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, פאלג מיר נאך.


צי גלויבסטו דען נישט, אז איך בין אין דעם פאטער און דער פאטער איז אין מיר? די ווערטער וואס איך רעד צו אייך, רעד איך נישט פון מיר אליין; נאר דער פאטער, וואס וואוינט אין מיר, טוט זיינע מעשים.


אויב איר האט מיך ליב, זאלט איר האלטן מיינע געבאטן!


דאס האב איך צו אייך גערעדט, זייענדיק ביי אייך.


באמת, באמת זאג איך דיר: וואס מיר ווייסן, דאס רעדן מיר, און וואס מיר האבן געזען, דערפון זאגן מיר עדות: און איר נעמט אונדזער עדות זאגן נישט אָן.


ווארום ער, וועמען ה׳ האט געשיקט, רעדט די ווערטער פון ה׳; ווארום ער גיט נישט דעם גייסט מיט א מאס.


יהושע/ישוע האט דעריבער געענטפערט און געזאגט צו זיי: באמת, באמת זאג איך אייך: דער זון קען פון זיך אליין גארנישט טאן, אחוץ דאס, וואס ער זעט דעם פאטער טאן; ווארום וואס ער טוט, דאס טוט אויך דער זון אויף אן ענלעכן אופן.


און זיין ווארט האט איר נישט וואוינען אין אייך, ווייל איר גלויבט נישט אין דעם דאזיקן, וועמען ער האט געשיקט.


האט יהושע/ישוע זיי דעריבער געענטפערט, און געזאגט: די לערנונג מיינע איז נישט מיין, נאר דעמס, וואס האט מיך געשיקט.


יהושע/ישוע האט דעריבער אויסגעשריגן אינם בית המקדש, בשעת ער האט געלערנט, און געזאגט: איר קענט מיך, און איר ווייסט, פונוואנען איך בין: און פון מיר אליין בין איך נישט געקומען; נאר ווארהאפטיק איז דער, וואס האט מיך געשיקט, וועמען איר קענט נישט.


איך האב א סך צו זאגן וועגן אייך און צו משפטן; נאר דער, וואס האט מיך געשיקט, איז אמת; און וואס איך האב געהערט פון אים, דאס רעד איך צו דער וועלט.


דאן האט יהושע/ישוע געזאגט: ווען איר וועט אויפהויבן דעם בר אנש, דעמאלט וועט איר וויסן, אז איך בין עס, און אז פון מיר אליין טו איך קיין זאך נישט; נאר ווי דער פאטער האט מיך געלערנט, אזוי רעד איך דאס.


איך רעד דאס, וואס איך האב געזען ביי מיין פאטער, און איר טוט אויך דאס, וואס איר האט געהערט ביי אייער פאטער.


האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: אויב ה׳ וואלט טאקע געווען אייער פאטער, וואלט איר מיך ליב געהאט; ווארום איך בין ארויסגעגאנגען און בין געקומען פון ה׳; ווארום פון מיר אליין בין איך נישט געקומען, נאר ער האט מיך געשיקט.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ