23 און איינער פון זיינע תלמידים, וועמען יהושע/ישוע האט (באזונדערס) ליב געהאט, איז געווען אנגעלענט אויף ישועס ברוסט.
און עס איז געשען, דער אביון איז געשטארבן, און איז אוועקגעטראגן געווארן פון די מלאכים אין אברהמס שויס אריין. און דער עושר איז אויך געשטארבן און איז באגראבן געווארן.
קיינער האט קיינמאל נישט געזען ה׳; (נאר) דער בן יחיד וועלכער איז אינם שויס פון דעם פאטער, האט (אים) באקאנט געמאכט.
די שוועסטער האבן דעריבער געשיקט צו אים, אזוי צו זאגן: האר, זע, ער וועמען דו האסט ליב, ליגט קראנק.
די יידן האבן דעריבער געזאגט: אָט זעט, ווי ער האט אים ליב געהאט!
און יהושע/ישוע האט ליב געהאט מרתאן און איר שוועסטער און אלעזרן.
האט שמעון פעטרוס געוואונקען צו דעם דאזיקן, און צו אים געזאגט: זאג ווער עס איז, וועגן וועמען ער רעדט.
נייגנדיק זיך אזוי צו ישועס ברוסט, זאגט יענער צו אים: האר, ווער איז עס?
און ווען יהושע/ישוע האט געזען זיין מוטער און דעם תלמיד, וועלכן ער האט ליב געהאט, שטיין דערנעבן, זאגט ער צו דער מוטער: אשה, זע, דיין זון!
לויפט זי דעריבער און קומט צו שמעון פעטרוסן און צום אנדערן תלמיד, וועמען יהושע/ישוע האט ליב געהאט, און זאגט צו זיי: מען האט אוועקגענומען דעם האר פון דעם קבר ארויס, און מיר ווייסן נישט, וואו מען האט אים געלייגט.
אויסדרייענדיק זיך, זעט פעטרוס דעם תלמיד נאכפאלגן, וועלכן יהושע/ישוע האט ליב געהאט און וועלכער האט זיך אויך אנגעלענט אויף ישועס ברוסט ביי דער סעודה, און האט געזאגט: האר, ווער איז עס, וואס פארראט דיך?
דאס איז דער תלמיד, וואס זאגט עדות וועגן די דאזיקע זאכן, און האט זיי געשריבן; און מיר ווייסן, אז זיין עדות זאגן איז אמת.
זאגט יענער תלמיד, וועלכן יהושע/ישוע האט ליב געהאט, צו פעטרוסן: עס איז דער האר! און ווי שמעון פעטרוס האט געהערט, אז עס איז דער האר, האט ער זיך אנגעגורט זיין אויבערמלבוש—ווארום ער איז געווען נאקעט—און האט זיך אריינגעווארפן אין ים אריין.