22 די תלמידים האבן דעריבער געקוקט איינער אויפן אנדערן, מסופק וועגן וועמען ער זאגט עס.
און בשעת זיי האבן געגעסן, האט ער געזאגט; באמת זאג איך אייך, אז איינער פון אייך וועט מיך פארראטן!
און זיי זענען געווארן זייער טרויעריק, און האבן אנגעהויבן, איינער נאכן אנדערן, צו זאגן צו אים: האר, בין איך דאס?
און בשעת זיי האבן זיך אנגעלענט און געגעסן, האט יהושע/ישוע געזאגט: באמת זאג איך אייך: איינער פון אייך וועט מיך פארראטן, דער, וואס עסט מיט מיר! (תהלים מא, ט.)
האבן זיי אנגעהויבן טרויעריק צו ווערן, און צו זאגן צו אים איינער נאכן אנדערן: דאך נישט איך?
דאך זע, די האנט פון דעם, וואס פארראט מיך, איז מיט מיר אויפן טיש.
און זיי האבן אנגעהויבן צו פרעגן איינס דאס אנדערע, ווער פון זיי דאס קען זיין, וואס וועט דאס דאזיקע טאן.
נישט וועגן אייך אלע רעד איך; ווארום איך ווייס וועמען איך האב אויסדערוויילט; נאר כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן: דער, וואס עסט מיין ברויט, האט אויפגעהויבן זיין טריט (עקב) קעגן מיר. (תהלים מא, י.)
דאס זאגנדיק, האט יהושע/ישוע זיך באאומרואיקט אין זיין גייסט, און האט עדות געזאגט, און גערעדט: באמת, באמת זאג איך אייך: איינער פון אייך וועט מיך פארראטן.