20 באמת, באמת זאג איך אייך: ווער עס נעמט אויף דעם, וועמען איך שיק, דער נעמט מיך אויף; און ווער עס נעמט מיך אויף, דער נעמט אויף אים, וואס האט מיך געשיקט.
און דער קעניג וועט ענטפערנדיק זאגן צו זיי: באמת זאג איך אייך, אויף וויפל איר האט עס געטאן צו איינעם פון די דאזיקע מיינע ברידער, די קלענסטע, האט איר עס געטאן צו מיר!
ווער עס וועט אויפנעמען איינס פון אזעלכע קינדער אין מיין נאמען, דער נעמט מיך אויף; און ווער עס נעמט מיך אויף, דער נעמט נישט אויף מיך, נאר דעם, וואס האט מיך געשיקט.
ווער עס הערט אייך, דער הערט מיך, און ווער עס פארווארפט אייך, דער פארווארפט מיך; ווער אבער עס פארווארפט מיך, דער פארווארפט אים, וואס האט מיך געשיקט.
און האט צו זיי געזאגט: ווער עס וועט אויפנעמען דאס דאזיקע קינד אין מיין נאמען, דער נעמט מיך אויף; און ווער עס וועט מיך אויפנעמען, דער נעמט אויף דעם, וואס האט מיך געשיקט; ווארום ווער עס איז דער קלענסטער צווישן אייך אלע, דער דאזיקער איז גרויס!
און אייער נסיון אין מיין לייב האט איר נישט מבזה געווען און נישט פארווארפן, נאר ווי א מלאך פון ה׳ האט איר מיך אויפגענומען, ווי דעם משיח יהושע/ישוע.
דעריבער, ווי איר האט אנגענומען משיח יהושען/ישוען דעם האר, אזוי זאלט איר לעבט אין אים,
דעריבער דער, וואס פאראכט עס, פאראכט נישט א מענטשן, נאר ה׳, וועלכער גיט אונדז אויך דעם רוח הקודש.