Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




יוחנן 13:18 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

18 נישט וועגן אייך אלע רעד איך; ווארום איך ווייס וועמען איך האב אויסדערוויילט; נאר כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן: דער, וואס עסט מיין ברויט, האט אויפגעהויבן זיין טריט (עקב) קעגן מיר. (תהלים מא, י.)

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




יוחנן 13:18
27 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און א מענטשנס שונאים וועלן זיין זיינע אייגענע בני בית.


און בשעת זיי האבן געגעסן, האט ער געזאגט; באמת זאג איך אייך, אז איינער פון אייך וועט מיך פארראטן!


און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: דער, וואס טונקט איין די האנט מיט מיר אין דער קערה, דער דאזיקער וועט מיך פארראטן.


און ווען עס איז געווארן אוונט, קומט ער מיט די צוועלף.


און בשעת זיי האבן זיך אנגעלענט און געגעסן, האט יהושע/ישוע געזאגט: באמת זאג איך אייך: איינער פון אייך וועט מיך פארראטן, דער, וואס עסט מיט מיר! (תהלים מא, ט.)


ער אבער האט צו זיי געזאגט: איינער פון די צוועלף, דער, וואס טונקט איין מיט מיר אין דער קערה.


דאך זע, די האנט פון דעם, וואס פארראט מיך, איז מיט מיר אויפן טיש.


דאס זאגנדיק, האט יהושע/ישוע זיך באאומרואיקט אין זיין גייסט, און האט עדות געזאגט, און גערעדט: באמת, באמת זאג איך אייך: איינער פון אייך וועט מיך פארראטן.


די תלמידים האבן דעריבער געקוקט איינער אויפן אנדערן, מסופק וועגן וועמען ער זאגט עס.


יהושע/ישוע האט געענטפערט: יענער איז עס, פאר וועמען איך וועל איינטונקען דעם ביסן און אים געבן. און איינטונקענדיק דעם ביסן, נעמט ער און גיט אים צו יהודה בן שמעון איש‑קריות.


נישט איר האט מיך אויסדערוויילט, נאר איך האב אייך אויסדערוויילט, און אייך באשטימט, אז איר זאלט גיין און ברענגען פירות, און אז אייערע פירות זאלן בלייבן; כדי וואס איר וועט בעטן דעם פאטער אין מיין נאמען, זאל ער אייך געבן.


אויב איר וואלט געווען פון דער וועלט, וואלט די וועלט ליב געהאט דאס, וואס איז איר אייגנס; ווייל אבער איר זענט נישט פון דער וועלט, נאר איך האב אייך אויסדערוויילט פון דער וועלט, צוליב דעם האט די וועלט אייך פיינט.


נאר (דאס געשעט), כדי עס זאל מקוים ווערן דאס ווארט, וואס שטייט געשריבן אין זייער תורה: מיט א שנאת חנם האבן זיי מיך פיינט געהאט. (תהלים לה, יט.)


בשעת איך בין געווען מיט זיי, האב איך זיי באהיט אין דיין נאמען, וועלכן דו האסט מיר געגעבן; און האב געוואכט (איבער זיי), און קיינער פון זיי איז נישט פארלוירן געגאנגען, אחוץ דער בן האבדון (פארלוירענער זון), כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן.


כדי עס זאל דערפילט ווערן ישועס ווארט, וואס ער האט געזאגט, מרמז זייענדיק, מיט וועלכן טויט ער גייט שטארבן.


זיי האבן דעריבער געזאגט איינער צום אנדערן: לאמיר עס נישט צערייסן, נאר ווארפן גורל וועגן דעם, וועמעס עס זאל זיין; כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן: זיי האבן צעטיילט מיינע קליידער צווישן זיך, און אויף מיין לבוש האבן זיי געווארפן גורל. (תהלים כב, יט.) און די דאזיקע זאכן האבן די זעלנער געטאן.


ווארום דאס איז געשען, כדי דער פסוק זאל דערפילט ווערן: קיין ביין זאלט איר אים נישט צעברעכן. (שמות יב, מו.)


צום דריטן מאל זאגט ער צו אים: שמעון בן יונה, צי האסטו מיך ליב? איז פעטרוס טרויעריק געווארן, ווייל ער האט צו אים געזאגט צום דריטן מאל: צי האסטו מיך ליב? און ער האט צו אים געזאגט: האר, דו ווייסט אלץ; דו ווייסט, אז איך האב דיך ליב. זאגט יהושע/ישוע צו אים: פאשע מיינע שעפעלעך.


האט יהושע/ישוע זיי געענטפערט: צי האב איך דען נישט אייך—די צוועלף—אויסדערוויילט? און איינער פון אייך איז א טייוול.


ברידער, עס האט געמוזט דערפילט ווערן דער פסוק, וואס דער רוח הקודש האט פארויסגעזאגט דורך דודס מויל וועגן יהודהן, וועלכער איז געווארן א וועגווייזער פאר די, וואס האבן געפאנגען גענומען יהושען/ישוען.


ביז צום טאג, ווען ער איז ארויפגענומען געווארן, נאך דעם ווי ער האט דורך דעם רוח הקודש געבאטן די שליחים, וועלכע ער האט אויסדערוויילט;


ווארום מיר דרשענען נישט זיך אליין, נאר דעם משיח יהושע/ישוע אלס האר, און אונדז אליין ווי אייערע קנעכט צוליב יהושען/ישוען.


און פאר אים איז נישט פאראן קיין באהאלטענע באשעפעניש, נאר אלץ איז בולט און אויפגעדעקט פאר זיינע אויגן, פאר וועמען מיר וועלן אפגעבן דין וחשבון.


און אירע קינדער וועל איך אומברענגען מיט דעם טויט; און אלע קהלות וועלן וויסן, אז איך בין דער, וועלכער פארשט אויס די נירן און הערצער; און וועל אייך געבן יעדן איינעם לויט אייערע מעשים.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ