צי גלויבסטו דען נישט, אז איך בין אין דעם פאטער און דער פאטער איז אין מיר? די ווערטער וואס איך רעד צו אייך, רעד איך נישט פון מיר אליין; נאר דער פאטער, וואס וואוינט אין מיר, טוט זיינע מעשים.
איך רוף אייך מער נישט קנעכט, ווייל דער קנעכט ווייסט נישט וואס זיין האר טוט; איך רוף אייך אבער פריינד, ווייל אלץ, וואס איך האב געהערט ביי מיין פאטער, האב איך אייך צו וויסן געטאן.
ווייל די ווערטער, וואס דו האסט מיר געגעבן, האב איך זיי געגעבן; און זיי האבן זיי אנגענומען, און באמת דערקענט, אז איך בין ארויסגעגאנגען פון דיר; און האבן געגלויבט, אז דו האסט מיך געשיקט.
איך קען פון מיר אליין גארנישט טאן; ווי איך הער, אזוי משפט איך; און מיין משפט איז גערעכט, ווייל איך זוך נישט מיין ווילן, נאר דעם רצון פון דעם פאטער, וואס האט מיך געשיקט.
דאן האט יהושע/ישוע געזאגט: ווען איר וועט אויפהויבן דעם בר אנש, דעמאלט וועט איר וויסן, אז איך בין עס, און אז פון מיר אליין טו איך קיין זאך נישט; נאר ווי דער פאטער האט מיך געלערנט, אזוי רעד איך דאס.
האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: אויב ה׳ וואלט טאקע געווען אייער פאטער, וואלט איר מיך ליב געהאט; ווארום איך בין ארויסגעגאנגען און בין געקומען פון ה׳; ווארום פון מיר אליין בין איך נישט געקומען, נאר ער האט מיך געשיקט.