און האט זיי אנגעהויבן צו לערנען, אז דער בר אנש מוז ליידן א סך, און פארווארפן ווערן פון די זקנים, און פון די הויפט כהנים, און פון די סופרים, און געטייט ווערן, און אין דריי טעג ארום ווידער אויפשטיין.
און דאס דאזיקע איז דער רצון פון אים, וואס האט מיך געשיקט, אז פון אלעם, וואס ער האט מיר געגעבן, זאל איך גארנישט פארלירן, נאר איך זאל עס אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג.