39 דערפאר האבן זיי נישט געקענט גלויבן, ווייל ישעיהו האט ווידער געזאגט:
אויב אבער איך טו יא, אפילו ווען איר ווילט מיר נישט גלויבן, גלויבט די מעשים, כדי איר זאלט וויסן און פארשטיין, אז דער פאטער איז אין מיר, און איך בין אין דעם פאטער.
כדי דאס ווארט פון ישעיהו הנביא זאל מקוים ווערן, וואס ער האט געזאגט: אָ האר, ווער האט געגלויבט אונדזער שמועה? און אויף וועמען האט זיך אנטפלעקט דער ארעם פון האר (ה׳)? (ישעיהו נג, א.)
און ער האט בלינד געמאכט זייערע אויגן, הארט געמאכט זייער הארץ, כדי זיי זאלן נישט זען מיט די אויגן, און באנעמען מיטן הארץ, און תשובה טאן, און איך זאל זיי היילן. (ישעיהו ו, ט, י.)
וויאזוי קענט איר גלויבן, איר, וואס נעמט אָן כבוד איינער פונם אנדערן, און דעם כבוד, וואס קומט פון דעם איינציקן ג-ט, זוכט איר נישט?
קיינער קען נישט קומען צו מיר, אויב דער פאטער, וואס האט מיך געשיקט, ציט אים נישט; און איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג.
האבן אויגן פול מיט זנות און נישט געזעטיקטע פון זינד; לאקן צו זיך אומסטאביל נפשות; האבן אן הארץ געוואוינט צו געלטגייציקייט; זענען קינדער פון א קללה;